בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגב' מרחשון תשפ"ז10/13/2026

באריכט
דינסטאג נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' הערשל ב"ר יצחק אליקים שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר מאיר מרדכי גלאנצער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק י"ח. דערנאך זענען די בחורים אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לרגל דעם נייעם זמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.

ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פאר נכד רבינו הילד משה ני"ו בן הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר, אנגעטוהן די קאפל און ציצית און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א אינאיינעם מיט בתו הכלה מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה וועלכע קומט פאר קומענדיגן מאנטאג לך, עב"ג החתן הרב יואל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די גרויסע יחוס פון די חתן וכלה און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין הרה"ג ר' גבריאל יודא אילאוויטש שליט"א ר"מ בישיבה באר התורה אינאיינעם מיט תלמידי שיעור א' שנת תשפ"ו, וועלכע האבן געברענגט א ספר מיט די חידושים וועלכע זענען נתחדש געווען ביים שיעור עיון אין מס' פסחים במשך דעם פארלאפענעם יאר, דער רבי האט מעיין געווען אינעם ספר מיט א קורת הנאה און אויסגעשמועסט עטליכע חידושים אין פארשידענע סוגיות אין די מסכת. און דערנאך מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️