ליל ג' דחוה"מ - אושפיזא דאהרן כהנא קדישא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:10 בביתו נאוה קודש.
ארום 11:00 איז אריין בקו''פ הרב הגאון ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א דומ''ץ קהילתינו הק' לעיקוואד, עס האט זיך פארצויגען א שיינע שמועס איבער הלכות ומנהגי יו"ט סוכות, און איבער די שטארקע הצלחה פון די ישיבה קטנה סניף ברך משה לעיקוואד ווי דער דיין שליט''א דינט אלס ראש ישיבה, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי איז אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה ארום 11:15.
דער רבי האט געזאגט די סדר אושפיזין, און זיך געוואשן,
מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו''ט, די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים.
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:
- הר''ר משה גראס שליט''א מקערעסטיר מאנסי.
- הרה''ג ר' משולם נתן שפיגל שליט''א רב דביהמ''ד תפילה למשה קאלאשין מאנסי.
- הרב הגאון ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א דומ''ץ קהלתינו לעיקוואד.
דער רבי האט משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנירות' און געטייטשט אז ווען אהרן הכהן האט אנגעצינדן די מנורה האט ער משפיע געווען סיי רוחניות און סיי גשמיות, וויבאלד אן קיין השפעה גשמיות איז שווער צו מקיים זיין אלע מצוות, עשירות וואס קומט מצד א ברכה פון הקב"ה אליינס קען נישט שאטן און האט נישט דעם נסיון העושר, די השפעות וואס אהרן הכהן האט משפיע געווען און וואס ווערט נשפע פון ברכת כהנים דאס קומט פון הקב"ה און דאס ברענגט נאר גוטס, אזוי אויך מצות סוכה איז משפיע עשירות כמבואר בספרים הק' און דאס קומט אויך פון בצילא דהמינותא פון הקב"ה אליינס און איז א שטארקע ברכה, און אנגעוואוואונטשן השפעות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט ממשיך געווען און נאכגעזאגט פון חתם סופר אז די סיבה פארוואס מען עסט מאכלי חלב אום יו"ט שבועות איז וויבאלד מילך איז גוט פאר אלע מענטשן אינג און אלט, און פון חלב קען מען מאכן פארשידענע מאכלים, פון די בעסטע מאכט מען סמעטענע און פון די שוואכערע מאכט מען קעז וכו', אזוי אויך די תורה הק' איז געגעבן געווארן פאר גאנץ כלל ישראל אינג און אלט און נישט נאר פאר די סמעטענע די בני עליה נאר פאר יעדן אן אויסנאם, און ווען אהרן הכהן האט משפיע געווען חכמת התורה ביי הדלקת המנורה האט ער עס משפיע געווען פאר גאנץ כלל ישראל יעדער וואס נפשו חשקו בתורה איז בארעכטיגט צו קומען אין ביהמ"ד און דאס האט אונז אהרן הכהן אויסגעלערנט להגיד שבחו של אהרן שלא שינה אז מען דארף צושטעלן ישיבות פאר יעדן איינעם און נישט נאר פאר מציונים, און אזוי אויך אז מען דארף צינדן עד ששלהבת עולה מאליה, מען דארף צינדן און צינדן אלע נשמות מישראל עד ששלהבת עולה מאליה און עס צינדט זיך אן א פלאם אינעם הארץ, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
תיכף נאך די דב"ק איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי נעבן די סוכה אינאיינעם מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א ווי עס אנוועזנד געווען עטליכע חברי הצלה און נאך עסקנים ווי זיי האבן פארגעלייגט די פרישע אנטוויקלונגען בנוגע די שאלה העומד על הפרק אויף וואס מהאט געווארט אויפן רבינ'ס הכרעה.
נאך א שטיק צייט איז דער רבי צוריק אריין צום שלחן הטהור און ממשיך געווען מיט די ריקודין.
- ברכהמ''ז: הרה''ג ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב.
מען האט געענדיגט ארום 1:00.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שמחת בית השואבה רבתי ריקודי קודש דורך אנ''ש חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים, דער רבי האט זיך אראפגעזעצט אויפן בימת הכבוד און זיך צוגעקוקט און מעודד געווען די ריקודים פאר א שטיק צייט, ארום 1:25 האט דער רבי פארלאזט די ביהמ"ד און אהיים לביתו נאוה קודש.
מיטוואך - יום ג' דחול המועד סוכות
נאך וואס דער רבי מיט'ן דיין שליט''א האבן במשך די נאכט אדורכגעטוהן די נושא און אלע קאמפליצירטע חלקי ההלכה דערפון, איז אין די פריע מארגן שעות אריבערגעקומען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אינאיינעם מיט הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ, ווי מען האט נאך א לענגערע צייט דן זיין און אויסגעארבייט די צדדים, דאן האט דער רבי געגעבן זיין דעת קדשו ופסק הלכה אינאיינעם מיט די דיינים שליט"א אויף די שווערע קאמפליצירטע שאלה.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:45.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי''ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות.
ביי הלל און נענועים איז אנוועזנד געווען כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט''א, און נאך די הושענות האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
- כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט''א חתן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
- לוי: הרה"ח ר' משה יעקב אהרן לעווי הי''ו.
- שלישי: בעל ברית נכד רבינו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט''א.
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה''ג ר' חיים דוד רובין שליט''א רב דביהמ"ד אהל תורה וומסב''ג.
- גלילה: נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט''א.
נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט צענדליגער געסט וועלכע זענען געקומען אויף שמחת תורה בצל הקודש.
- מוסף: הגה''צ אבד"ק בית אהרן שליט''א.
מען האט געענדיגט ארום 1:15.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד.
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
- סנדק מעומד: הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט''א.
- ברכות וקריאת השם: דער זיידע הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'משה' נאך רביה"ק בעל ברך משה זיע''א.
נאכן ברית איז מען אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודת ברית בהסוכה הגדולה.דער רבי האט געזאגט די סדר האושפיזין און זיך געוואשן צום סעודה. ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט''א.
- מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הר''ר יושע חיים רובין שליט''א און הרב אלחנן רובין שליט''א.
- שיר המעלות: הרב מרדכי דוב רובין שליט''א.
- נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א.
- הרב אלחנן חיים טייטלבוים שליט''א.
- יום ליבשה: הרב יחיאל מנחם רובין שליט''א,
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש און געטייטשט די שייכות פון מצות מילה צו מצות סוכה ווען אברהם אבינו האט זיך געמל'ט האט ער אריינגעלייגט א כח פון מסירות נפש אין זיינע קינדער און אייניקלעך עד סוף כל הדורות, די ד' מינים וואס ווייזט אויף די ד' איברים פון א מענטש און מען שאקלט צו די ארבע רוחות צו ווייזן אז מען איז גרייט אוועקצוגעבן אלע איברים פאר הקב"ה, און מען איז גרייט זיך צו מוסר נפש זיין פאר הקב"ה, און מסיים געווען ברוב ברכת.
פארן בענטשן האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען לכבוד יו"ט און דער רבי האט פארטיילט שיריים.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער זיידע הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה. מען האט געענדיגט ארום 2:40.
נאכן ברית איז אריבערגעקומען אויף א באזוך לכבוד יו"ט הגה''צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט''א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבערן הייליגן צאנזער רב זי''ע און איבער מנהגי יו"ט סוכות, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
צווישן מנחה און מעריב איז געווען זמני כניסה פאר אנ''ש מעבר לים וועלכע זענען געקומען אויף יו"ט שמחת תורה בצל הקודש.
אויך איז אריין בקודש פנימה הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א נאך א שיעור אין ביהמ''ד הגדול, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בהלכה איבער כמה מקצועות התורה און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
