פרייטאג האזינו א' - ערב ראש השנה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
באשמורת הבוקר אום 5:18 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מעוטף מיטן טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, און צוגעגאנגען צו סליחות 'זכור ברית' בהתעורורות רב.
מיט די פתיחות זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' יעקב האלענדער הי"ו און הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 7:30 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' יעקב ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יצחק מאשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אלעזר פריעדמאן הי"ו.
- ב"ר אברהם יצחק גאלדבערגער ע"ה.
נאכן דאווענען האט דער רבי געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים או און מסיים געווען די צווייטע מאל תהילים כנהוג בחודש אלול. נאכן אויסטוהן די תפילין האט רבינו שליט"א געמאכט התרת נדרים פאר א מנין און געזאגט די מסירות מודעות, און זיי באדאנקט און אנגעוואונשן א כתיבה וחתימה טובה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
