בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"ו אלול תשפ"ו9/8/2026

באריכט
דינסטאג האזינו א' - ג' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן ווערצבערגער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:30, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן אור אייניקל הב' הבר מצוה שמואל שמעלקא ט"ב ני"ו בן הר"ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן חדבן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר בנציון גאלדמאן הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים רבתי לרגל די שמחת הנחת תפילין בחדר אברהם יודא, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, פאר נכדו הר"ר חיים הערש שליט"א און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער בר מצוה בחור געזאגט די פשעטל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז תפילין איז מקשר כלל ישראל צו הקב"ה און פארדעם ניצט תשובה, במילא איז א בר מצוה א גוטע הכנה צו ראש השנה, און מסיים געווען בברכת קדשו.

בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען א סעודת פת שחרית לרגל די שמחת הבר מצוה אינאיינעם מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א ובני משפחתו, עס האבן זיך פארצויגן שיינע שמועסן במנהגי חודש תשרי און מנהגי בר מצוה און מען האט געזינגען ניגוני שמחה.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער בר מצוה בחור הב' שמואל שמעלקא ט"ב ני"ו.

נאכמיטאג איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 4:30 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:30 און מעריב ארום 9:50 בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ אריבער הונדערט יתומות תלמידות פון מוסד אור חדש צו מקבל זיין ברכת הקודש לקראת די ימי הרחמים והרצון, די הנהלה האט איבערגעגעבן א באריכט פון די פילע פעולות פונעם מוסד לטובת די יתומות, דער רבי האט משמיע געווען ברכת הקודש פאר די יתומות און געבענטשט קייטלעך וואס וועט פארטיילט ווערן פאר אלע יתומות און מאציל געווען מברכת קדשו פאר אלע עסקני ועסקניות פונעם מוסד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 418