זונטאג נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברצ"א עקשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - בן הר"ר דוד שלמה לאוב שליט"א. - ב"ר נפתלי הירצקא הורוויץ הי"ו. דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:50 איז דער רבי אריבער בהיכל המתיבתא סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערנט די פונפטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'חצי שיעור' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה, נאכן שיעור האט זיך דער רבי מפלפל געווען מיט די בחורים, מען האט געענדיגט ארום 2:40.
ארום 4:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ישראל שלום בשכונת ויואל משה צו די סיום חמשה חומשי תורה דורך די תלמידי כתה ה' פון מוסדותינו הק' סניף בנין מארקאוויטש בהנהלת הר"ר משה ארי' מארק שליט"א, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס איז פארגעקומען די פארהער אויף חמשה חומשי תורה דורך דער מלמד הר"ר אהרן ברי"י וויינשטאק שליט"א. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מלמדים, הנהלה, און קינדער, און דערנאך משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה ווען אזויפיל קינדער זענען מסיים חמשה חומשי תורה מיט א שטארקע בקיאות, און לערנען אין א מסגרת ווי מען ניצט אויס יעדע מינוט אויף לימוד והבנת התורה, און מסיים געווען בברכות לרוב.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:30 ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הרה"ח ר' יחזקאל טעללער הי"ו און הרה"ח ר' ישראל מרדכי וואנחאצקער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' מאיר מענדל ווייס הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"ל מאשקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 9:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. - הרה"ח ר' הלל אלימלך שפיטצער הי"ו און הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א. - הרה"ח ר' יצחק ליפא גוטמאן הי"ו און הרה"ח ר' יעקב יושע כהנא הי"ו. - הרה"ח ר' יודא הערש שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' זלמן לייב פעלבערבוים הי"ו.