בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ג אלול תשפ"ו8/26/2026

באריכט
מיטוואך כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר חיים אלי' פעלבערבוים הי"ו.
- ב"ר גדלי' פאלקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 1:40 איז דער רבי אריבער בהיכל המתיבתא סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערנט די דריטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'חצי שיעור' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה, נאכן סוגיא שיעור האט זיך דער רבי מפלפל געווען מיט די בחורים, מען האט געענדיגט ארום 2:30.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:15 ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 6:55 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.

- הר"ר שלמה לייב גרובער שליט"א און הרה"ח ר' יואל ברא"מ ראזענבערג הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יודא בינער הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ש גוטמאן הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
- הרה"ח ר' שלום יוסף בראך הי"ו און הרה"ח ר' מרדכי ישראל ראזענטאהל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' חיים בעריש שפילמאן הי"ו און הרה"ח ר' משה יעקב יודא ווערצבערגער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט זכרונות פון זיינע קינדער יארן אין שטאט ליזענסק פאר די צווייטע וועלט מלחמה, און צווישן אנדערע האט ער האט געגעבן א גריס פון קרית ויואל משה מאנטיסעלא נאכן וויילן דארט אין די פארלאפענע זומער חדשים, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און אנגעוואונטשן פאר בנו הרה''ג ר' אלעזר הורוויץ שליט''א רב דביהמ''ד ויואל משה ב''פ.

ארום 9:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברא"ה הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' פישל כ"ץ הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 498