בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday6 Elul 57868/19/2026

Report
זונטאג כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אפרים גאלדמאן הי"ו אין ביהמ"ד היכל הברכה ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין מאנסי ווי דער רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף קנין תורה בהנהלת הר''ר אשר אנשיל גריסגאט שליט''א אינעם נייעם בנין הישיבה וועלכע איז אין די טעג פארענדיגט געווארן די ערשטע פאזע פונעם בנין ברוב פאר והדר.

ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א און מיטן נדבן היכל הביהמ''ד הרה''ח ר' אברהם יקותיאל יערמיאש הי"ו, דער רבי איז ארום אינעם גאנצן בנין און דערביי געהערט א באריכט פון הרה''ח ר' הערשל ווערטהיימער הי''ו - יו"ר וועד קרן הבנין, איבער די ווייטערדיגע בוי פלענער פון די צווייטע פאזע.

דער רבי איז אריין בהיכל הישיבה און ארום צווישן די טישן און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א קורת רוח.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אליעזר יואל יערמיאש הי"ו.
- ב"ר שלמה משה גרינפעלד הי"ו.
- ב"ר דוד לוי קויפמאן הי"ו.
- ב"ר אהרן יעקב לעבאוויטש הי"ו.
בעל תפילה: הרה''ח ר' אברהם יקותיאל יערמיאש הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהלים כנהוג אום חודש אלול.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל דעם חנוכת הבית בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן רב, נדבן, הנהלה, און די בר מצוה בחורים, און די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אז געבן צדקה אום חודש אלול איז א גוטע הכנה צום יום הדין, און דאס איז א חסד פון הקב"ה אז טראץ דאס געלט באלאנגט דאך פאר הקב"ה דאך רעכנט ער די מצוה פון צדקה פארן בעה"ב וואס גיבט עס, און ארויסגעברענגט די שמחה ווען מען איז מחנך א נייע בנין לתורה ולתפילה און מאריך געווען בשבח פון די ישיבה, און פונעם חשובן נדבן הביהמ"ד, וועלכע האט עס מנדב געווען לע"נ אביו הרה"ח ר' גדלי' ע"ה וואס די ערשטע יארצייט געפאלט היינט זונטאג, און עס איז א שטארקע נחת רוח און טובה פאר די נשמה, און מסיים געווען בברכות לרוב.

דערנאך האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה א זילבערנע בעכער פארן נדבן הרה''ח ר' אברהם יקותיאל הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף פת שחרית אין שטוב פון הרה"ח ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו.

ארום 2:00 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח הישיש ר' הערש אלימלך ווערצבערגער הי"ו וועלכע האט מנדב געווען א גרויסן סכום לטובת דעם בנין הישיבה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א אין די בראשית יארן אין אמעריקע און איבער דעם באזוך אין מאנסי בשנת תשל"ט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

פון דארט ארום 2:30 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - מנהל המוסדות ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי ער האט אפגעקויפט דעם זכות פונעם צענטראלן שער בבנין הישיבה, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון מוסדותינו הק' אין מאנסי, דערביי איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה דורך הרה"ח ר' שמואל זאנוויל הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

פון דארט ארום 3:00 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' ארי' האפפמאן הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי ער האט אפגעקויפט א זכות פון א כתה בבנין הישיבה, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 3:20 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:20 ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר נפתלי שטערן שליט"א און הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' חיים ראובן שעהנברוין הי"ו און הרה"ח ר' דוד לייב אקער הי"ו (לאנדאן) אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' אברהם קלעפנער הי"ו און הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:10, פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית הענדיל ע"ה אשת חבר פון הרה"ק רבי ישראל יעקב יוקל ט"ב זצ"ל מוואלאווע.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה דורך הרה"ח ר' עזריאל יודא כ"ץ הי"ו פון וומסב''ג, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה דורך משפחת הרה"ח ר' שמואל חיים וואהלבערג ע"ה, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 9:00 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אברהם שמחה קליין הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ח רייזמאן הי"ו.
- הרה"ח ר' יואל ברא"י עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יעקב ברי"מ פריעדמאן הי"ו.

ארום 10:20 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועלכע וויילט אויף אפרוה בשכונת טשעסטער אין קרית יואל המורחבת, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס, צווישן אנדערע איבער די שיינקייט פון די הייליגע שטאט קרית יואל, בסיפורי בית צאנז און פון בנו הרה"ק רבי ישעי'לע מטשעחוב זיע''א וואס די יארצייט איז געפאלן היינט זונטאג.
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און געגעבן ספרו לב אהרן סוגיות אויף מסכת פסחים און עס האט זיך פארצויגן א שמועס אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילתו וואס האדמו''ר מבאבוב 45 שליט''א לערענט פאר אין די יעצטיגע וואכן בהיכל ישיבתו, דערנאך האט אים דער רבי ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מווערדאן שליט"א פון ב"פ, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הגה"צ גאב"ד בואנעס איירעס שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס איבער אידישקייט אין ארגענטינע און איבער די גוטע פירות וואס קומען ארויס פון דארט, ערליכע שוחטים און מלמדים וכו', דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו מראשי הנהלת הקרי' און איבערגעגעבן א באריכט פון די אנטוויקלונגען איבער עטליכע אנגייענדע פראיעקטן לטובת הציבור, און פונעם באנקעט און עסקנים אווענט צווישן ראשי ונכבדי קהלתינו הק' פון איבער גרעיטאר ניו יארק און קאנגרעסמאן מייק לאולער פון מאנסי לקראת די בעפארשטייענדע וואלן, וועלכע איז פארגעקומען אין קרית יואל אין שטוב פון הרה''ח ר' שלמה בוים הי''ו, אים ארויסצוהעלפן אין זיין ווידערוויילונג קאמפיין נאך וואס ער טוט נאכקומען און אויספירן יעדע בקשה פון די היימישע עסקנים, בפרט זיין גרויסע הילף פאר די ישיבות הק' אין ניו יארק, און דיסקוטירן ווייטערדיגע פעולות לטובת יהדות ניו יארק, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פרטים, און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️