בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday20 Menachem Av 57868/3/2026

Report
מאנטאג ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שמואל נפתלי הירצקא גלאנץ הי"ו.

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א און הרה"ח ר' עקיבא צבי געשטעטנער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' שלמה מענדלאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אברהם מתתי' קאהן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א און הרה"ח ר' מרדכי מענדל גוטמאן ע"ה אין די זאלן פון גינת קליין.

אין די נאכמיטאג שעות איז פארגעקומען אן אסיפה בביתו נאוה קודש מיט די רבני וועד לטהרנו דקהלתינו הק', מען האט א לענגערע צייט דן געווען איבער די שטארקע הצלחה בנוגע טעכנעלאגישע כלים מיטן הכשר פון וועד הקהילות, דער רבי האט אויסגערימט די פעולות פון וועד הקהילות און איבערגעגעבן הוראת קדשו צו שטיין ווייטער על המשמר מיט א פאראייניגטן כח אינאיינעם מיט אלע קהילות און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:35 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי פנחס פריעדמאן שליט"א ראש הכוללים דחסידי בעלזא בארה"ק, אינאיינעם מיט חתנו הרה"ג ר' משה שטעסל שליט"א מדייני בעלזא ב"פ, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בהלכות טריפות, און איבער די נייע בעלזא שטעטל וועלכע בויעט זיך יעצט אין אמעריקע, דערביי האבן די דיינים ארויסגעברענגט די שטארקע אפקלאנג וואס די דרשות פון רבינו שליט"א האבן בנוגע וואס דער ציל פון האבן א אייגענע שטעטל און וואס מען דארף זיכער מאכן ביים בויען א נייע אידישע שטאט, ובפרט נישט צו בויען נעבן א עקזיסטירנדע חסידישע שטעטל וואס מאכט חרוב יענעמס הארעוואניע און יענעמס צילן פון בויען א עקסטערע שטעטל, און דאס האט א שטארקע השפעה אויף אלע ערליכע קהילות, הגה"צ רבי פנחס שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו בשבילי פנחס און דער רבי האט געגעבן ספרו לב אהרן על מס' הש"ס און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מסקאליע 18 שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, האדמו"ר מסקאליע שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספר מעין גנים פון זקינו הרה"ק מסקאליע זצ"ל וואס איז לעצטנס איבערגעדרוקט געווארן, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️