Thursday, Parshas Eikev 'B'tzeil HaKodesh' with the Satmar Rebbe shlit"a
The Rebbe entered for Shacharis at around 8:45. Before davening, the Rebbe put tefillin on the bar mitzvah bochur, son of R' Anshil Karpen shlit"a (Kiryas Joel).
After davening, a lechayim gathering was held with the bar mitzvah bochur in the heichal of the beis medrash. A pleasant conversation unfolded about memories from the early years in America. The Rebbe drank lechayim and wished the bar mitzvah bochur and the entire assembly well.
Afterwards, the Rebbe walked home to his holy residence, and a conversation developed about making the blessing "Oseh Maaseh Bereishis" upon seeing the mountains and the great sea.
At around 1:40, the Rebbe left his holy residence after spending the past four weeks resting, on the way to Mount Washington Regional Airport, where the Rebbe boarded a private plane. The plane took off at around 2:15 and landed at around 3:20 at Stewart Airport, from where the Rebbe traveled about half an hour to Kiryas Joel.
Upon arriving at his holy residence, many talmidei hayeshiva were waiting and welcomed him with song and music, and they all went in to greet him.
In the evening, the Rebbe officiated at kiddushin at the chuppah of the mechutanim: - R' Moshe Katz shlit"a and R' Moshe Menachem Schlesinger in the halls of Kinor Dovid. - R' Shlomo Schonbrun and R' Meir Yitzchak Glickman in the halls of Beis Rochel Paradise.
At around 8:40, the Rebbe davened Mincha in his holy residence at Zanz 109. Afterwards, there were yechidus hours (zmanei kenisah) until 12:50 at night in his holy residence at Zanz 109.
At around 9:15, the Rebbe went over to the tenaim hall in his holy residence at Ohel 109, where the Rebbe read the tenaim of the mechutanim: - R' Yoel Moshe Wertzberger and R' Yitzchak son of R' Chaim Pekete. - R' Yoel son of R' Baruch Rosenberg and R' Yoel son of R' Yisroel Bleich.
During the yechidus hours, a kesivas ha'osiyos (writing of letters) took place for the Sefer Torah being written l'iluy nishmas HaGaon HaTzaddik R' Leibush Teitelbaum zt"l, Av Beis Din of the beis medrash and Kiryas Vayoel Moshe, which will be brought in this coming Sunday, Parshas Re'eh, to Kiryas Vayoel Moshe in Monticello. The Rebbe wrote in several letters and drank lechayim. A pleasant conversation unfolded about the new 'Kiryas Moshe' in Monticello, and the Rebbe warmly wished HaGaon R' Shalom Teitelbaum shlit"a, Av Beis Din of the kehilla, the other participants from the family of the Av Beis Din zt"l, and the administration and askanim of Kiryas Vayoel Moshe well.
The Rebbe davened Maariv at around 12:50.
▫️ Satmara Niyes 🌴 ▫️
דאנערשטאג עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:45. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור בן הר"ר אנשיל קארפען שליט''א (קר''י).
- בעל תפילה: הר''ר אנשיל קארפען שליט''א. - בעל קורא: הר''ר אנשיל קארפען שליט''א. - כהן: הרה''ח ר' משה יעקב ווייס הי"ו (לעיקוואד). - לוי: ר' שמואל היימליך הי''ו (אנטווערפען). - שלישי: הב' הבר מצוה בן הר"ר אנשיל קארפען שליט''א. - הגבה: רבינו שליט''א. - גלילה: הרה''ח ר' חיים יצחק שלמה ברוק הי''ו (מאנסי).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זכרונות פון די בראשית יארן אין אמעריקע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער מאכן א ברכת עושה מעשה בראשית ביים זעהן די בערג און די ים הגדול.
ארום 1:40 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש נאכן וויילן די פארגאנגענע פיר וואכן אויף מנוחת הנפש, אויפן וועג צום מאונט וואשינגטאן רידזשענעל לופטפעלד וואו דער רבי איז אויפגעשטיגן אויפן פריוואטער פליגער, דער פליגער האט זיך געהויבן ארום 2:15. און ארום 3:20 געלאנדעט אינעם סטוארט לופטפעלד, פון ווי דער רבי איז צוגעפארן א וועג פון ארום א האלבע שעה קיין קר"י.
ביים אנקומען בביתו נאוה קודש האבן אפגעווארט פילע תלמידי הישיבה וועלכע האבן מקבל פנים געווען בשירה וזמרה, און זיי זענען אלע איז אריבער שלום נעמען.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הר"ר משה כ"ץ שליט"א און הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' שלמה שעהנברוין הי"ו און הרה"ח ר' מאיר יצחק גליקמאן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 9:15 איז דער רבי אריבער צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. - הרה"ח ר' יואל משה ווערצבערגער הי"ו און הרה"ח ר' יצחק בר"ח פעקעטע הי"ו. - הרה"ח ר' יואל בר"ב ראזענבערג הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"י בלייך הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן לע"נ הגה"צ ר' לייבוש טייטלבוים זצ"ל דומ"ץ ביהמ"ד וקרית ויואל משה, און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן זונטאג ראה אין קרית ויואל משה אין מאנטיסעלא, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געטרינקן לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די נייע 'קרית משה' אין מאנטיסעלא און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ הקריה, פאר די איבעריגע באטייליגטע ממשפחת הדומ"ץ זצ"ל און פאר די הנהלת ועסקני קרית ויואל משה.