בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגכ"ז סיון תשפ"ו6/12/2026

באריכט
פרייטאג ערש''ק שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז דער רבי אריבער אין מבצר הכוללים ווי עס איז פארגעקומען די ברית'ן פאר תאומים הנולדים אצל אצל ר' שאול ברי"ש בראך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבנין הת"ת בנין מארקאוויטש אינאיינעם מיט ישיבה קטנה סניף דרכי תורה פון מאנסי בהנהלת הר"ר שאול יחזקאל פערלשטיין שליט"א.
ביים אנקומען אין ת"ת האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די אינגערע כתות וועלכע זענען געווען פארזאמלט אינעם עס-זאל פונעם בנין הת"ת.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אברהם וואלף מארקאוויטש הי"ו.
- ב"ר ישראל גרינפעלד הי"ו (מאנסי).
- ב"ר אברהם יוסף כיבודי הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'והיה באכלכם מלחם הארץ תרימו תרומה לה' און ארויסגעברענגט אז תרומה איז מלשון התרוממות און ארומגערעדט הדרכה זיך צו מרומם זיין בלימוד התורה, מער התמדת התורה, מער יגיעת התורה, לחם הארץ ווייזט אויף גשמיות, אפילו ביי א דבר גשמיות דארף מען זיך פירן תרימו תרומה לה' מיט א דערהויבנקייט ווי עס פאסט פאר א חסידישע בחור, ביים עסן דארף מען עסן מיט א הוט, און בענטשן מיט כוונה וכו', און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו מען זאל זיך קענען פירן 'בדרכי תורה' בכל ענינים.

נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' מנחם יודא אונגאר הי"ו היושב ע"פ אביו הרה"ח ר' ארי' אונגאר ע"ה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️