בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"ד סיון תשפ"ו6/9/2026

באריכט
דינסטאג שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק ו'.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הר"ר ליפא רובין שליט"א בן האדמו"ר מ'ראפשיץ שליט"א וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, צו די חאלאקע פון בנו הילד שמואל שמעלקא ני"ו, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר, אנגעטוהן דאס קאפל און ציצית, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן בסיפורי צדיקים און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען האדמו"ר מראפשיץ שליט"א.

ארום 4:45 איז דער רבי אנגעקומען אין מאנסי צום מעמד חנוכת הבית פארן נייעם בנין פון די 'גאלדן טעיסט' פירמע אינטער די אייגנטומערשאפט פון הרבני הנגיד ר' רפאל פערלמוטער הי"ו, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די מאסיווע פראדוקציע פון די ברייט באקאנטע פירמע, און זיך באגריסט מיט אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א וועלכע איז געקומען צום מעמד לכבודו פון הרה"ח ר' רפאל הי"ו אלץ הכרת הטוב פאר זיינע פילע פעולות און נדבות לטובת כולל עצי חיים אין בני ברק, און דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג.
דערנאך איז דער רבי אריין אינעם קאנפערענץ צימער ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די חנוכת הבית פונעם בנין, אינאיינעם מיט א מסיבת לחיים לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט, דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' רפאל הי"ו האט אפגעקויפט דעם זכות פונעם אוצר הספרים אינעם בנין החדש פון ישיבה קטנה סניף קנין תורה אין מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק' ווי מען מאכט שוין א הנחת אבן הפינה פאר די זיבעטע ביהמ"ד פון קהלתינו הק'.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן ברכות קדשו, דערנאך האט דער רבי אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלת הישיבה און ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' רפאל הי"ו ובני משפחתו.

דערנאך איז דער רבי ארויף אינעם נייעם זאל אויפן צווייטן שטאק ווי עס איז פארגעקומען דער מעמד הנחת אבן הפינה פאר בית מדרשינו החדש בשכונת רידזש אין מאנסי נדבת הרבני הנגיד ר' רפאל הי"ו, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו מאנסי, דערנאך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה נדבת ר' רפאל הי"ו לטובת הביהמ"ד החדש, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות און מכבד געווען אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א און הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א צו שרייבן א אות אין די ספר תורה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות און דער רבי האט דערביי געגאסן דעם אבן הפינה פארן ביהמ"ד, און מכבד געווען אחיו הגה"צ שליט"א און הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א און דעם נדבן ובני משפחתו צו גיסן דעם אבן הפינה.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'והיה באכלכם מלחם הארץ תרימו תרומה לה' און נאכגעזאגט פונעם אמרי נועם אז תרומה איז בגי' קול תפילה, אזוי אויך זאגט דער בעל הטורים אז תרומה איז די אותיות תורה מ', און פשוט פשט מיינט תרומה צדקה, און ארויסגעברענגט די שמחה פון א הנחת אבן הפינה ווי מען גייט בויען א ביהמ"ד ווי מען וועט מקיים זיין תרומה לה' מיט אלע פשטים, תורה עבודה וגמילות חסדים, דער רבי האט ממשיך געווען בשבח פון קהלתינו הק' און הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א וועלכע שטייט אין שפיץ פון די קהילה וואס שטייגט און בליעט בליע"ה, און דערביי קורא שם געווען פארן נייעם ביהמ"ד אלץ 'ביהמ"ד דברי יואל' לשמו ולזכרו פון רביה"ק זיע''א מייסד הקהילה, און אנגעוואונטשן מען זאל קענען בקרוב אויפבויען און מחנך זיין דאס ביהמ"ד און זיך פירן ע"ד המסורה לנו און מסיים געווען בברכת קדשו.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן גאנצן אויבנאן און נאכדעם עקסטער מיטן חתן און דערנאך אין א רינג מיט די גאנצע משפחה.

מען האט געענדיגט ארום 6:00 און דער רבי האט פארלאזט די מעמד אויפן וועג אריין קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 10:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הר"ר חיים מאיר האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך איז אריין הגה"צ ר' משולם פייש גינזבערג שליט"א האדמו"ר מחוסט ב"פ אינאיינעם מיט בנו הרה"ג ר' אלעזר יונה שליט"א רב דביהמ"ד סוואליעווע, לרגל נישואי בנו/נכדו הי"ו, ס'האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס בזכרונות מימי קדם, און רבינו שליט"א האט מאציל געווען מברכת קדשו לרגל השמחה.

נאך די זמני כניסה ארום 10:45 איז דער רבי אהנגעקומען אין די זאלן פון עידן פעלעס צום מעמד אדיר 'שמירה לדורות' בהשתפות אלפי אנ''שי אין וומסב''ג.
הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין פייערדיגע דרשה בעניני צניעות, ובפרט איבער די הארבקייט פון שערות אשה און די פראבלעמען פון די היינטיגע שייטלעך און איבער חינוך הבנים ביי די תלמידי הישיבות און נאך עטליכע ענינים הצריכים תיקון.

ארום 11:10 האט דער רבי אנגעהויבן די דב"ק אויפן פסוק 'והיה באכלכם מלחם הארץ תרימו תרומה לה' לחם מיינט מען א פרוי, תרומה זאגט רש"י לשון הפרשה, דאס קומט זאגן אז ווען מען האט חתונה דארף מען מאכן א הפרשה מען דארף זיך אפשיידן פון פארשידענע זאכן, דער רבי האט ארויסגעברענגט ווי רבותיה"ק זיע''א האבן שטארק מקפיד געווען אויף צניעות און קדושה, און איז געווען פון די הארבסטע זאכן און מעורר געווען אויף דעם אין די הייליגסטע צייטן, דער רבי האט דערציילט וואס איז פארגעקומען ביים הייליגן צאנזער רב זיע''א וועלכע האט געענטפערט פאר א גדול בישראל וועלכע האט געפרעגט אויף א ענין ווי עס שטייט, אז עס שטייט אין מיר און איך בין די תורה!
'די ענינים שטייען אינעם פעטער ז"ל און ער איז די תורה!' און ח"ו צו מקיל זיין מיט אזא שאלה פון ווי ס'שטייט, דער רבי האט ארויסגעברענגט מיט ווייטאג די מצב ווי מען זעט די חילוק וויאזוי די באבע מיט די קינדער און די אייניקלעך גייען אנגעטוהן, עס איז שרעקליך! א שטארקע ירידת הדורות, מען דארף זען זיך פירן תרימו תרומה לה' תרומה מלשון התרוממות, מען דארף זיך פירן דערהויבן און זיך נישט לאזן ווערן נאכגעשלעפט פון די שכנים און חברים נאר זיך האלטן שטאלץ מיט אונזער מסורה, א חלק פון די פראבלעם קומט אז מען שיקט אוועק די בחורים לערנען אין פרעמדע ישיבות און זיי באקענען זיך מיט פרעמדע השקפות און ווערן קאלט צו די ענינים און שפעטער האבן זיי נישט קיין פראבלעם אז זייערע פרויען זענען זיך מקיל ביי די ענינים, דער רבי האט ממשיך געווען זאגענדיג אז בנו הגה"צ דער רב שליט"א האט משמיע געווען א פייערדיגע דרשה דברים היוצאים מן הלב און וועט בעז"ה זיין נכנסים אל הלב און אינעם מח, און שטארק מחזק געווען זיינע ווערטער און געזאגט פאר יעדע יחיד אז דיר מיינט מען, און יעדער בפרטיות דארף זיכער מאכן אז ביי זיין שטוב און ביי זיינע קינדער און אייניקלעך זאל מען זיך פירן ווי עס פאסט און גודר גדר זיין ווי מען קען, דער רבי האט שטארק משבח זיין די פעולות ווי פילע תלמידות בית רחל האבן זיך געלאזט אפשערן די לאנגע האר אין די לעצטערע וואכן און עס שטארק מחזק געווען, און מסיים געווען און אנגעוואונטשן מען זאל קענען מצליח זיין צו מקיים זיין אלע תקנות, ובזכות נשים צדקניות נגאלו בב"א.

דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב אינעם זאל, בעל תפילה: הר"ר ישעי' יצחק רובין שליט"א.
ארום 11:50 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר''י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️