בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday22 Sivan 57866/7/2026

Report
זונטאג שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

מוצש''ק האט דער רבי טעלעפאניש מנחם אבל געווען האחים האדמורי"ם מראחמיסטריווקא שליט"א היושבים ע"פ אמם הרבנית מראחמיסטריווקא עה.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר נפתלי שטערן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 1:00 איז דער רבי אריינגעפארן קיין ב''פ צו די חומש סעודה פון תלמידי מוסדותינו הק' פון ב"פ.
ארום 2:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי איז אריין אין היכל הביהמ"ד ווי עס זענען אנוועזנד געווען די הונדערטער עלטערן און זיידעס פון די קינדער צווישן זיי פילע אדמורי"ם ורבנים, דער רבי איז ענטפאנגען געווארן דורך די ילדי התשב"ר מיט שיינע חרוזים לכבוד המאורע. עס האט אויפגעטרעטן הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א מנה"ר, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מנהל המוסדות הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו, אויך האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א זיידע פון א חתן המקרא.

די קינדער האבן פארגעזאגט די פסוקי חומש פון פרשת ויקרא, אנגעפירט דורכן מלמד מומחה הר"ר יודל ווערצבערגער שליט"א, דערנאך זענען אלע קינדער אריבער און דער רבי האט פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער.

דער רבי האט געטרינקן לחיים, און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק לכבוד די חתני החומש נאכזאגענדיג פונעם חתם סופר אז התחלה איז חצי הכול, און דאס איז די גרויסע שמחה ביים אנהייבן לערנען חומש, דאס איז א יו"ט סיי פאר די קינדער און סיי פאר זייערע עלטערן, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 3:45.

דערנאך איז דער רבי צוגעפארן צום שטח פון בית מדרשינו החדש לב אהרן וועלכע הייבט אין די יעצטיגע טעג אן מיט די פאקטישע בוי ארבעט, דער רבי איז צוגעפארן מיט די קאר און זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט און מאציל געווען מברכת קדשו פאר די חברי וועד קרן הבנין.

פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צו די שטאטישע מקוה טהרה וועלכע איז נארוואס פראכטפול איבערגעבויעט געווארן דורך האחים החשובים ר' מענדל און ר' יחזקאל שרגא גאלדבערגער הי"ו בני הרה"ח ר' יעקב משה גאלדבערגער הי"ו, דער רבי איז ארום אינעם גאנצן מקוה אין באגלייטונג פון הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ב"פ שליט"א, און נאך דייני קהלתינו, צווישן אנדערע הרה"ג ר' אלעזר ניסן שטראהלי שליט''א דומ"ץ ביהמ''ד 36 סט. וועלכע איז געשטאנען בראש פון די פראיעקט איבערצובויען די מקוה, און הרה"ג ר' יצחק טריגער שליט"א - מגדולי המומחים בעניני מקוואות, און זיך אומגעקוקט אויף די גאנצע מקוה און אויסגעשמועסט פארשידענע הידורים און חומרות בעניני מקוואות, און צום סוף האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג.

דערנאך איז דער רבי ארויף אויף א מסיבת לחיים אין שטוב פונעם נדבן הרה"ח ר' יחזקאל שרגא הי"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פון די מקוה טהרה אין ב"פ וואס רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א האט געבויעט, און איבער נאך פארשידענע מקוואות טהרות איבער דער גארער וועלט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די נדבנים ובני משפחתם, פאר די אנוועזנדע דיינים שליט"א און פארן גאנצן ציבור.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבלים ביי משפחת הרה"ח ר' שלמה יחיאל פעלבערבוים ע"ה.
ארום 4:50 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין קר"י.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברז"ל אינדיג הי"ו און הרה"ח ר' יוסף חיים פאלאטשעק הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הר"ר יודא שטאלצבערג שליט"א און הר"ר משה אהרן טייטלבוים שליט"א - אב"ד לאפיש, אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 11:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:50 און מעריב ארום 9:50.
נאך מנחה איז דער רבי אראפ צו די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' חיים אברהם ווייס הי"ו און הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א.
- הרה"ח ר' יואל וואלף שעהר הי"ו און הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
- הרה"ח ר' חיים מאיר עהרנטאל הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ה סאנדעל הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️