מיטוואך נשא ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן. - לבן הנולד אצל ר' משה אהרן ווייזער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' משה ארי' פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' מרדכי וואגשאהל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר יואל יצחק ראטה הי"ו. - ב"ר מנחם מענדל גאלדבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ט'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הר"ר יואל הערש ליכטנשטיין שליט"א און הר"ר יושע הערש ברמ"י גליק שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' יואל בר"ב ווייס הי"ו און הרה"ח ר' בנציון מעזעי הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס. - הרה"ח ר' יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' נפתלי יוסף ווייס הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז נאך 2:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי האברך ר' בערל ב"ר אהרן זאב גלויבער הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון א חדר המקוה אין די מקוה טהרה אין קר"י, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 11:00 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. - הרה"ח ר' יואל ברא"ש הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל יו"ט יאזשעף הי"ו. - הרה"ח ר' מרדכי יצחק לאזאר הי"ו און הרה"ח ר' ליפא ברמ"א שטיינבערג הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.