שב''ק פרשת במדבר - מברכים חודש סיון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
- החתן אלי' ב"ר מאיר משה שפיטצער הי"ו.
- החתן משה ארי' ב"ר יואל ג'ברא הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' יעקב יחזקי' גאנדל הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צו ספירת העומר. מען האט געענדיגט ארום 10:20. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יחזקאל שרגא כ"ץ הי"ו.
- כל מקדש: הרה"ג ר' נחום לאדינסקי שליט"א - ר"י אור תורה לעיקוואד.
- מנוחה ושמחה: הר"ר יחיאל ווייס שליט"א (לעיקוואד).
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'בשעה שנתן הקב"ה תורה לישראל נתקנאו בהם אומה"ע' און געטייטשט אז נאר וויבאלד כלל ישראל האט די מידת האמת מושרש פון יעקב אבינו האט מען געקענט מקבל זיין די תורה, און דאס דארף זיין אונזער הכנה צו קבלת התורה שטארק נזהר צו זיין במידת האמת און זיך נתרחק זיין פון מידת השקר מכל ומכל.
- קה אכסוף: הרה"ג ר' שלום סטאריק שליט"א (בית שמש).
- ברכת המזון: נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א (מאנטשעסטער).
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די הלכות און סדר פון מצות חליצה וועלכע איז פארגעקומען די וואך, און דער רבי האט אויסגעשמועסט דעם גאנצן סדר פון די זעלטענע מצוה בכל פרטיה ודקדוקיה.
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' אסף וואלבערג הי"ו (ב"פ).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג)
מען האט געענדיגט ארום 2:00.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מענדל פרענקל הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אנשיל גאנדל הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו.
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.
- לוי: הר"ר אהרן מאשקאוויטש שליט"א (וומסב''ג).
- שלישי: הרה"ח ר' מענדל פרענקל הי"ו.
- רביעי: ר' מענדל ב"ר מאיר ווערטהיימער הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- חמישי: ר' משה ברח"ד פריעד הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' נפתלי הירצקא בר"ה ווייס הי"ו.
- שביעי: ר' שלמה יואל לאקס הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- אחרון: החתן המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' יצחק משה פרענקל הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' חיים יחזקאל הערשקאוויטש הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' חיים מנחם לאקס הי"ו (וומסב''ג).
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל אבד"ק וואלאווע, וועלכע געפאלט דינסטאג ג' סיון.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
ארום 7:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו פרקי אבות,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ו' משנה ו' התורה ניקנית במ"ח דברים, דער רבי האט עס אויסגעטייטשט אויף פילע מהלכים בדרך דרוש ואגדה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי מוסר און צווישן אנדערע מעורר געווען איבער טבילה במקוה יעדן טאג, זינגען נאר ערליכע ניגונים ביי חתונות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב,
דער רבי האט געענדיגט ארום 8:30 און אריין לחדרו הפרטי.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:45.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה טויב הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אסף וואלבערג הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' דוד יודא קאהן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' יונה צבי האפמאן הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו (ב"פ).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' ליפא עפשטיין הי"ו (מאנטרעאל).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'בשעה שנתן הקב"ה תורה לישראל נתקנאו בהם אומה"עש און געטייטשט אז כדי צו קענען פארשטיין די תורה וואס איז עמוק מאוד קען מען נאר אויב מען איז מתפלל, און דאס האט כלל ישראל געטוהן ביים בארג סיני אין שלושת ימי הגבלה, אבער כדי צו קענען מתפלל זיין דארף מען האבן א כשר'ע מויל און נישט ח"ו עס זאל זיין פארשמירט מיט דיבורים אסורים, שקרים, ניבול פה, וכו', און דאס איז אונזער ארבעט שטייענדיג ר"ח סיון דארף מען זיכער מאכן אז מען פארמאגט א ערליכע און כשר'ע מויל מען זאל קענען מתפלל זיין והאר עיננו בתורתיך און קענען זוכה זיין צו הבנת התורה.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' אהרן משה שלאגער הי"ו (וומסב''ג).
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
צו מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט די וואך פון זקינו הגה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל אבד"ק וואלאווע.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:55.
נאך הבדלה זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה גדולה באבוב 45 פון ב"פ נאכן וויילן אויף שב"ק בצל הקודש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און אלע בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
ארום 12:10 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת הרה"ח ר' חיים שמואל שפילמאן ע"ה און ווערט אריינגעגעבן יו"ט שבועות אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מען האט געזינגען ניגוני תורה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 12:30 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א רב דביהמ"ד שערי תפילה בשכונת העלף האלאו אין קרית יואל המורחבת, ווי עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך די מתפללי הביהמ"ד, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מען האט געזינגען ניגוני תורה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' יעקב שלמה שליט"א און די מתפללי הביהמ"ד, און משמיע געווען דב"ק חיזוק פאר די תושבי השכונה ומתפללי הביהמ"ד זאגענדיג אז ביי א קליינע ביהמ"ד מאכט אויס די השתתפות פון יעדע יחיד און עס ליגט אן אחריות אויף יעדעם איינעם זיכער צו מאכן אז ער קומט צייטליך צום דאווענען, שטעלט זיך צוזאמען מיטן גאנצן ציבור, וכו', און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך ארום 12:50 איז דער רבי אריבער בבית מדרשינו החדש בשכונת חתם סופר אין קרית יואל המורחבת, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג פונעם נייעם צוגעבויעטן פליגל, און דערנאך אריין אויף א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רבני השכונה און פאר די מתפללי הביהמ"ד, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז קבלת התורה קען נאר צוגיין מיט תפילה במילא איז הרחבת גבולי הקדושה פון א ביהמ"ד א גוטע הכנה צו יו"ט שבועות, און ארומגערעדט בשבח פון די מתפללי הביהמ"ד, ערליכע און חשובע מתפללים ווי עס פאסט פאר א סאטמארע ביהמ"ד, דער רבי האט ממשיך געווען בדברי מליצה און נאכגעזאגט א ווארט אויף בבית אלקים נהלך ברגש, ברג"ש איז ר"ת ב'לאטע ר'עגן ג'ליטש ש'ניי, ד.מ. אז גיין אין ביהמ"ד דארף מען אין אלע מצבים, האט דער רבי געזאגט אז בלאטע איז שוין נישט דא היינטיגע צייטן קען מען זאגן אז די ב' גייט ארויף אויף ב'ערג, אז אפילו אויב דאס ביהמ"ד איז אויף א שווערע בארג דאך שטרענגט מען זיך אן צו גיין אין ביהמ"ד, און דער רבי האט ארויסגעברענגט די פראבלעמען פון מאכן מנינים אין די הייזער, עס פעלט דארט דער רג"ש די ווארעמקייט, משא"כ דא אין אזא חשובע ביהמ"ד מיט אזעלכע חשוב'ע מתפללים איז זיכער דא ברג"ש און די תפילות זענען מיט א ווארעמקייט, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך איז דער רבי אראפ אויפן אינטערשטן שטאק פונעם ביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די מקוה און דערביי געהערט א באריכט פון די הנהלת הביהמ"ד איבער די ווייטערדיגע פלענער להרחבת גבולי הביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 1:15.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
