בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday21 Iyar 57865/8/2026

Report
פרייטאג ערש''ק בה"ב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין קליין אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר שלמה נח היילברוין שליט"א, ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יקותיאל יודא פאוועל הי"ו.
- ב"ר חיים יחזקאל שרגא ראזענבערג הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים מלמדים און די קינדער, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז מען שטייט יעצט פאר יו"ט שבועות, די הכנה צו קבלת התורה איז מיט מידות טובות, 'דרך ארץ קדמה לתורה' סיי בין אדם למקום און בעיקר בין אדם לחבירו, און אזוי אויך איז די הכנה דורך לימוד התורה זיך מעמיק זיין און פארשטיין וואס מען לערנט, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער.

ארום 3:00 האט דער רבי משמיע געווען דב"ק חיזוק והדרכה דורך א הוקאפ פאר די אריבער 200 אלמנות פון איבער גאנץ אייראפע וועלכע געפינען זיך ביים דערהויבענעם 'שבת מלכתא', אנגעפירט דורך הרבנית הצ' תליט"א און אירע חשובע טעכטער שתחי'.

ארום 3:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א ברית לבן הנולד אצל ר' משה הערש קאהן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיטן בעל ברית ובני משפחתו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️