מיטוואך בה"ב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר דוד מיטטעלמאן הי"ו.
- ב"ר ישעי' סאקס הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי ר' מענדלע מרימנוב זיע''א.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה, פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די הילולא קדישא.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אלי' שטיינמעטץ הי"ו און ווערט אריינגעגעבן יו"ט שבועות אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:10 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן יוסף בערגער הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שמואל גאנדל הי"ו.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס איז פארגעקומען א מסיבה לגיון של מלך לטובת מוסדות יטב לב פאר די הונדערטער אברכים צעירים וועלכע האבן חתונה געהאט אין די לעצטע פינף יאר.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק א'ם ב'חקתי ת'לכו ו'את מצותי תשמרו וואס די ר"ת איז 'אבות' און ארויסגעברענגט אז מוסדות יטב לב איז די טאטע פון אלע אונזערע מוסדות, מוסדות יטב לב האט רביה"ק זיע''א מייסד געווען תיכף נאכן קריג און איז אהערגעקומען קיין אמעריקע נאר צוליב די חובות פון מוסדות יטב לב, און ער האט כל ימיו זיך געזארגט פאר דעם, דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון מוסדותינו הק' אין ירושלים בני ברק און בית שמש און אויפגעפאדערט אלע אינגעלייט מען זאל זיך מקבל זיין צו געבן אדער שאפן לכה"פ טויזענט דאלער א יאר, עס דארף זיין די טאטע פון אלע צדקות! און עס איז א בושה אז מוסדות יטב לב דארף זיך פלאגן צו דעקן די בודזשעט, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז געווען א געלעגנהייט פאר אלע אינגעלייט אריבערצוגיין איבערגעבן פערזענליך די שטר התחייבות פאר רבינו שליט"א און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר יעדעם באזונדער.
ארום 10:50 האט דער רבי פארלאזט די זאל און צוריקגעגאנגען לביתו נאוה קודש און ממשיך געווען מיט די זמני כניסה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20 און געציילט ספירה פארן עמוד.
נאך מעריב איז אריין בקו''פ האד' ממבקשי השם שליט"א פון ארה"ק, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
