אשרינו מה טוב חלקנו בהילולא דבר יוחאי, ומה נעים גורלינו בזכות אדונינו בר יוחאי
אומבאשרייבליכער התרגשות של שמחה וקדושה ביי רבוא רבבות מישראל וואס האבן מיט א הרגש קודש מיטגעהאלטן דער מעמד המרומם 'ההדלקה רבתי' ליל ל''ג בעומר, ומן המותר לתאר ארויסצוברענגען די איבערפלוס פון רגש של שמחה וקדושה וואס האט זיך געשפירט במשך די עטליכע שעות פון די הדלקה וריקודי קודש בחוצות קרית יואל, ווען דער עיר עוז לנו קרית יואל יצ''ו איז ווי יאר יערליך פארוואנדעלט געווארן אין א מעין קיבוץ גליות מיט בליעה"ר 'אריבער הונדערט טויזענט נפשות' אנשים נשים וטף כ"י - לויט די פאליצייאישע שאצונג - אויף די ריזן שטחים ארום דעם ביהמ''ד הגדול און בנין מבצר הכוללים און אין די דערנעבענדיגע שטחים פון די גאסן ארום, אין שפיץ פונעם מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
עיני כל בית ישראל בארה"ב וקאנאדא קוקן שוין ארויס א גאנץ יאר און ווארטן צו דעי גרויסע מאמענטן זיך מיטצופרייען און מיטצוהאלטן דעם 'מעמד הדלקה רבתי' אינעם 'מירון דאמעריקא' לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
ארום 8:10 פארנאכטס בעת כניסת היום איז רבינו שליט''א ערשינען צום מעמד קדוש און צוגעגאנגען אין צענטער פונעם בימת הכבוד וואס איז געווען פול באזעצט מיט הרבנים הגאוה"צ רבנים ודיינים שליט"א, און זיך באגריסט מיט אלע רבנים, דער רבי האט זיך אראפגעזעצט און מען האט געזינגען ניגוני התעוררות.
נאך א קורצע צייט זינגען אום 8:35 האט זיך רבינו שליט''א אויפגעשטעלט און משמיע געווען דברות קודש מלהבת אש, בתורתו של רבי שמעון בר יוחאי, ובגודל קדושת היום, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די מימרא פונעם הייליגן בני יששכר אין אגרא דכלא, 'בראשית' איז ר"ת א'ור ת'ורת ר'בי ש'מעון ב'ר י'וחאי, און געטייטשט אז אויב מען זינדיגט ח"ו איז מען נישט זוכה צו הערן די בת קול היוצאת מהר חורב בכל יום און איז מעורר צו תשובה, אבער שב"ק איז משפיע קדושה וואס דורכדעם איז מען זוכה יא צו הערן די בת קול און מען איז זוכה צו תשובה, התנא האלקי רשב"י ווערט אנגערופן שבתא דכולא שתא און האט אויך די קדושה פון שב"ק און ווען אידן נעמען זיך צוזאם לכבודו און פרייען זיך בשמחתו בכל מקום אדער לערנען מימרות בשמו איז רבי שמעון משפיע א קדושה אויף יעדעם איינעם און ער פלאמט אויף יעדעמס הארץ סיי אין מירון און סיי אין די גאנצע וועלט.
'כשם שבא לראות כך בא ליראות' דער הייליגער תנא רשב"י קוקט אויף יעדעם איינעם און זעט וואס פעלט אים און איז משפיע כל טוב, אבער ער זעט אויך אונזער רוחניות'דיגע מצב און ער קען נאר משפיע זיין פאר איינער וואס פירט זיך בצניעות בכל ענינים כמבואר בזוה"ק, אין אזא צייט בעט מיר אונז און מען איז מתפלל הבט משמים וראה קוק אריין אין יעדעמ'ס הארץ, אידישע קינדער וויינען און שרייען חמול עלינו ועל עוללינו וטפינו, זה בכה וזה בכה, צרכי עמך ישראל מרובים, ובקול חנוק מדמעות אויסגערעכנט די תפילות פאר חשוכי בנים, מחוסרי פרנסה, חולי ישראל בגוף ובנפש, ערליכע דורות, שידוכים וזיוגים הגונים, נחת פון די קינדער, און אלע אנדערע לבבות נשברות, אונז גלייב מיר אז דער הייליגער תנא רבי שמעון האט די כח צו משפיע זיין פאר יעדעם איינעם די מחסורו אשר יחסר לו, אפענע ישועות פאר יעדעם איינעם.
'כל ברכאן דלעילא ותתא ביומא שביעאה תליין' רבי שמעון וואס איז בבחינת שב"ק איז משפיע אלע ברכות לעילא ותתא, לעילא מיינט מען די תושבי ארצינו הק' און ותתא מיינט מען די תושבי חו"ל, א ברכה כללית און א ברכה פרטית, לעילא מיינט מען פאר די בני עליה און לתתא מיינט מען פאר די פשוטי עם, לעילא מיינט פאר עניני רוחניות און ותתא מיינט מען עניני גשמיות.
די גמרא זאגט אויף רבי שמעון וחבריו 'אין מפסיקין לתפילה' דאס מיינט אז רבי שמעון איז מתפלל פאר יעדעם, סיי פאר די וואס זענען מתפלל על ציונו הק' און סיי פאר אונז תושבי חו"ל, סיי פאר די בני עליה און סיי פאר די פשוטי עם, סיי אויף רוחניות און סיי אויף גשמיות, אלעס קען מען פועלן בזכות פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב בזכותו פון רבי שמעון, בני חי ומזוני רפואות און ישועות שידוכים און כל מילי דמטיב. דער רבי האט געענדיגט די דב"ק ארום 9:05.
נאך די פייערדיגע דב"ק האט מען ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות ודביקות פאר לענגערע מינוטען, דער רבי האט מיטגעזינגען בהתעורורות רב און מוריד געווען נחלי דמעות, ווען אינג און אלט שטייען און זינגען מיט מיט א געוואלדיגע התעוררות של רחמים.
נאך די דב''ק האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט כ''ק אדמו''ר מבית יצחק ספינקא שליט''א.
בעת כניסת היום ביים זמן מעריב האט מען אנגעצינדן די מוזיק און פארגעזעצט מיט די ניגוני התעוררות, און נאך א שטיק צייט אום 9:20 האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב ברוב עם, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן פינעף אויל לעכט כנהוג, מיטן איבערגעבן די צינדער פאר רבינו שליט''א איז מכובד געווארן הרבני הנגיד ר' שלמה פעדער הי''ו - געקויפט דורך די וועד החתונה תקנות.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר''ר יואל בר''ע הירש שליט"א, נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען און געציילט ספירת העומר באש קודש, וואס מ'האט געהערט אויף אלע גאסן ארום דורכן מייק.
נאך מעריב האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות.
דערנאך ארום 9:50 איז רבינו שליט''א ארויף אויף דעם ספעציעלן בימת ההדלקה ביים מקום 'מדורת האש' און מ'האט ווייטער ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות, בפרט דעם ''ויהיו רחמיך מתגוללים" "רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערליך" וואס איז איבערגעזינגן געווארן צענדליגע מאל וואס האט געריסן הערצער, ועיני רבבות ישראל נשואות צום צענטער ווי דער מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א שטייט מיט א דביקות והשתפכות הנפש און איז מתפלל ממעמקי הלב פאר צרכי עם ישראל.
זכות הדלקה איז אפגעקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' יודא ווייס הי"ו וועלכע האט מכבד געווען אביו הר"ר חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק איבערצוגעבן דעם פאקל פאר רבינו שליט''א.
פחי שמן זענען געקויפט געווארן דורך.
- הנהלת מוסדות יטב לב בארה"ק, וועלכע האבן מכבד געווען הרבני הנגיד ר' מאיר הירש הי"ו.
- קהלתינו הק' קרית יואל יצ"ו, וועלכע האבן מכבד געווען הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו.
- מוסדותינו הק' וומסב''ג יצ"ו, וועלכע האבן מכבד געווען הרבני הנגיד ר' פישל ריספלער הי"ו.
- מוסדותינו הק' מאנסי יצ"ו, וועלכע האבן מכבד געווען הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו און הרבני הנגיד ר' דוד ניישטאדט הי"ו.
- א' מנכבדי עיר התורה לעיקוואד יצ"ו, וועלכע האבן מכבד געווען הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו.
- מפעל חומת העיר קר"י, וועלכע האבן מכבד געווען הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו.
- משפחת ווערטהיימער, וועלכע האבן מכבד געווען אביהם הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו.
- הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו, וועלכע האט מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו.
- הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו, וועלכע האט מכבד געווען ידידו הרבני ר' דניאל ארי' צבי גרייף הי"ו.
די נדבני ההדלקה האבן איבערגעגעבן די זילבערנע קריגלעך פון וואס דער רבי האט געגאסן אויל אויף די מדורה.
דערנאך האט דער רבי איבערגעגעבן פאר הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו א גרויסן סכום געלט לטובת מוסדות יטב לב לע"נ התנא רשב"י.
דאן האט דער רבי איבערגענומען דעם פאקל פון הרה''צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק, מיט וואס דער רבי האט אנגעצינדן די הדלקה, און צושטייט צוגעטרעטן צום מקום המדורה מיטן פאקל אין די האנט, בשעת מען זינגט דעם מקובל'דיגן ניגון התעוררות 'לכבוד התנא האלוקי'.
דאן האט דער רבי אנגעצינדן ברגש קודש די הדלקה און זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגן ריקוד ביי די מדורה לכבוד התנא האלוקי, און מדליק געווען א הייליג פייער פאקל אין די הערצער פון די רבוא רבבות מישראל וואס לאזן זיך ארויס אין פייערדיגע ריקודים בהתלהבות אש קודש ושמחה עצומה הבוקעת רקיעים.
נאך א לענגערע צייט איז דער רבי צוריק אריבער צום בימת הכבוד, און מען האט געזינגען די זמירות היום פון 'בר יוחאי' 'ואמרתם' און 'אמר רבי עקיבא', דערביי האבן זיך געשאפן צענדליגע רינגן פון די רבבות ישראל וועלכע האבן געטאנצן פאר לענגערע שעות לכבוד דעם הייליגן תנא, בשעת דער רבי איז מעודד די ריקודין אויפן פלאץ.
דערנאך זענען פארגעקומען די חאלאקעס פון די נאענט צו 100 אינגלך בליעה"ר מתלמידי מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק וואס זענען אדורך כבני מרום, און דער רבי האט זיי אויך אהנגעטוהן א קאפל און א טלית קטן, און געגעבן ממתקים און א מתנה כנהוג, און געווינטשן ווארימע ברכות פאר די עלטערן און זיידעס.
נאך די חאלאקעס האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט מיט שמחה ודביקות.
ארום 11:50 האט דער רבי פארלאזט דעם מעמד, און געוויזן פארן ציבור הרבבות צו ממשיך זיין מיט די ריקודין, וועלכע האבן זיך נישט געקענט געזעגענען פון די גרויסע שמחה בהילולת התנא האלוקי.
אשרי עין ראתה כל אלה, ואשרי עין רואה גילנו ודיצת קהלינו, ווי מ'האט זיך אנגעשעפט עמער'ס שמחה וקדושה פאר א גאנץ יאר!
תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
