מאנטאג בה"ב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' פנחס נחמן ברא"ל גלויבער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים: - בן הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב ומו"ץ בקהלתינו קר"י. - בן הרב מאיר טווערסקי שליט"א (לאנדאן). - ב"ר אברהם בער שפיטצער הי"ו. - ב"ר וואלף ראזענבערג הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 7:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם שניטצלער הי"ו (מאנטרעאל).
נאך מנחה איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א מסיבת לחיים לרגל שמחת קישור החיתון פון נכדת רבינו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, עב''ג החתן בן הרה''ג רבי גבריאל יודא שפיץ שליט''א, בן הגה"צ אבד"ק רענדיק שליט"א וחתן הגה"צ אבד''ק ווייטצען לאנדאן שליט''א. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און איבער כינוי שמות, מען האט געמאכט קבלת קנין און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פאר די גאנצע משפחה.