בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ט ניסן תשפ"א4/1/2021

באריכט
ליל 'בדיקת חמץ ויום שריפת חמץ ושבת ערב פסח' בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

דאנערשטאג פארנאכטס 7:30 ליל בדיקת חמץ איז די רבי אנגעקומען בביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה, נאך מנחה איז פארגעקומען די מעמד 'שאיבת מים שלנו' ברוב עם הדרת מלך במעמד אלפי תושבי העיר, די רבי האט זיך אראפגעזעצט מען האט געזינגן נגוני התעוררות, די רבי האט געזאגט די לשם יוחד און געשעפט מים שלנו 3 מאל בשעת מען זינגט נגוני דביקת, און דערנאך מכבד געווען די קינדער ורבני העיר צו שעפן, און זיך ארויסגעלאזט און ריקודין ברגשי קודש בשמחה של מצוה, ביים זמן מעריב האט די רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך אהיים לביתו נאוה קודש צו בדיקת חמץ צום ערשט ארומגעלייגט די 10 ברעקלעך אויפן טיש און געמאכט די ברכה באש קודש און ארום די גאנצע שטוב א לענגערע צייט, פרייטאג ארום 8:30 איז די רבי אריין צו שחרית בביהמ"ד הגדול און נאך שחרית פארקויפט די חמץ פארן גוי בחדרו הפרטי, ארום 10:15 איז די רבי אנגעקומען צו שריפת חמץ און פארענט פון ביהמ"ד הגדול און געזאגט די לשם יוחד און אריינגעווארפן די חמץ מיטן לולב אינעם פייער און געזאגט ביידע יהו"ר.

2:45 איז די רבי אנגעקומען אינעם בית האופה בבנין הישיבה קטנה די רבי האט געלייגט מעיל און וואסער און דערנאך געטיילט טייגלעך און פארגעזאגט הלל בהשתפכות הנפש, געוועלגערט און גומר געווען א מצה, און דערנאך זיך אומגעקיקט ביי די אויבנ'עס און די מצות, און גענימען חלה, דערנאך איז די אריבער צום בית האופה אויף דינוב און זיך אומגעקיקט א לענגערע צייט.

ערש"ק 7:55 איז די רבי אריינגעקומען צו מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד, א קורצע צייט נאכן דאווענען איז די רבי אריינגעקומען צו עריכת השלחן בהיכל השלחנות מיט די בני המשפחה און מיט די חתנים מחוץ לעיר, נאך די כזית חלה האט מען אראפגענומען די טישטעך -די גאנצע עולם האט געגעסן די חלה אויף א עקסטערע טיש- מען האט ממשיך געווען די סעודה מיט פסחדיגע מאכלים כפקודת הקודש, אויפן רבינס טיש איז געווען א שטיקל חלה אין א פאפיר ביז נאכן בענטשן, מיט בענטשן האט די רבי מכבה געווען הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב ק"י, נאכן בענטשן האט מען אריינגעברענגט פירות און מען האט געזינגן נגוני שמחה לרגל די שלום זכור פונעם רבינ'ס אייניקיל בן להרב חיים יעקב רוקח.

שב"ק צופרי 6:30 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית, ארום 9:00 איז די רבי אריין בהיכל השלחנות און געמאכט קידוש נאך די אייער-צוויבל געבענטשט און איז ארויס פאר א הפסקה פאר אפאר מינוט, די רבי האט זיך געוואשן צום צווייטן סעודה, נאכן בענטשן האט מען איבערגעגעבן אלע איבריגע חמץ פארן גוי, די רבי האט מבער געווען מן העולם די כזתים פונעם טיש, און אין שטוב געזאגט כל חמירא, נאכמיטאג איז די רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה וזמירת של"ש ודברי תורה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 508