בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי' מרחשון תשפ"א10/28/2020

באריכט
היינט נאכן דאווענען איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך און מצה בעקעריי דקהלתינו הק' אין קרית יואל,
ווי די רבי איז ארומגעגאנגען און מצה בעקעריי און זיך אומגעקוקט אויף די ארבייט, עקסטער איז די רבי אריין צו די אויווענעס ווי די רבי האט משבח געווען די מצה בעקעריי מיט אירע מעלות וחומרות והידורים בעסער ווי איבעראל, דערנאך האט די רבי באקוקט די רעדלערס,
דערנאך האט רבינו שליט"א מיט גרויס התרגשות געמאכט די ברכה להפריש חלה מן העיסה און מקיים געווען מצות חלה.
פון דארט איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגען צום בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק' מיטן באגלייטונג פון הרה"ח ר' דוד עקשטיין פרעזידענט דקהלתינו הק' ק"י ווי די רבי איז ארום געגאנגען און די גאנצע בית השחיטה אויפן וועכענטליכן באזוך.