בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי"ז אייר תשפ"ו5/4/2026

באריכט
זונטאג בה"ב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר גדלי' סעגעדין הי"ו.
- ב"ר אלכסנדר זושא אהרן שטערן הי"ו.
- ב"ר יקותיאל יחזקאל שרגא וויינבערגער הי"ו.
- ב"ר דוד משה שאמועל הי"ו.
- ב"ר יואל שטיינמעץ הי"ו.
- ב"ר שמשון אינדיג הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון רבי אליעזר יודא פינקל שליט"א ראש ישיבת מיר בארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די השתלשלות פון ישיבת מיר במשך די יארן און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הגה''צ ר' אשר מרגליות שליט"א רב דקהל אהל משה וויען עסטרייך, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מראה"ק והמוסדות בקר"י האט אפגעקויפט דעם זכות קומת המקוה אין די נייע פליגל אין ביהמ"ד אבני צדק פארן גרויסן סכום פון א האלב מיליאן דאלער, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פונעם ביהמ"ד.
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' מאיר הי"ו, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א און פאר די חברי וועד קרן הבנין.

ארום 9:45 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א אסיפת עסקנים פאר קרוב צו הונדערט אינגעלייט אינגע פרישע עסקנים לקראת די גרויסע מסיבה לטובת מוסדות יטב לב פאר אלע אברכים צעירים דקהלתינו הק' תושבי קר"י וועלכע וועט פארקומען דעם מיטוואך הבעל"ט, דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק אם בחוקתי תלכו - שתהא עמלים בתורה און ארויסגעברענגט די חיוב פון יעדעם מאנ"ש צו שטיצן מוסדות יטב לב וועלכע איז געווען ראש וראשון און קודש קדשים ביי רבותיה"ק זיע''א, און אפילו די וואס קענען נישט זיין קיין נדבנים קענען אבער יא זיין עסקנים צו שאפן גרעסערע געלטער צו קענען אוועקשטעלן א פעסטע יסוד פאר מוסדות יטב לב, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך זענען אלע עסקנים אריבער איבערגעבן די שטר התחייבות פאר רבינו שליט"א און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר יעדעם באזונדער.

דערנאך ארום 10:00 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל יודא גוטמאן הי"ו און הרה"ח ר' שמעון הערשקאוויטש הי"ו.

אויך זענען אריין בקו''פ די ראשי עסקנים וועלכע שטייען בראש פונעם גרויסן מעמד ההדלקה רבתי פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ליל ל''ג בעומר במקהלות רבוא רבבות מישראל בליעה"ר, די עסקנים האבן איבערגעגעבן א באריכט איבער די פילע הכנות צום גרויסן מעמד הדלקה און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 און געציילט ספירה פארן עמוד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 438