בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגט"ז אייר תשפ"ו5/3/2026

באריכט
שב''ק פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן אלימלך ב"ר חיים יוסף ראזענפעלד הי"ו.

ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו (וומסב''ג), און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר. מען האט געענדיגט ארום 10:05. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' ישראל יאקאב הי"ו (ירושלים).
- כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' אלימלך ווייסבלום הי"ו (מאנסי).
- מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ישראל יאקאב הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויף די פרשת המועדים און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.

- קה אכסוף: הרה"ח ר' ישראל הורוויץ הי"ו (ירושלים).
- ברכת המזון: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א רב דביהמ"ד קול אליהו.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק המהר"ם מלובלין זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט זונטאג ט"ז אייר.

- קה רבון עלם: הרה"ח ר' יעקב לייב סופר הי"ו.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו.
מען האט ממשיך געווען מיט תורתו מגן לנו לכבוד ל"ג בעומר הבעל"ט. מען האט געענדיגט ארום 1:45.

וביום השבת


שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' בנציון יושע קראוס הי"ו.
עליות.
- כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- לוי: הרה"ח ר' יודא הערש בערגער הי"ו.
- שלישי: החתן אלימלך ב"ר חיים יוסף ראזענפעלד הי"ו - באווארפען.
- רביעי: החתן משה בהר"ר דוד בר"מ עקשטיין הי"ו - באווארפען.
- חמישי: ר' נחמן ברי"צ מיללער הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' הלל מאיר פריעדמאן הי"ו.
- ר' אברהם אלי' ב"ר יואל ברמ"ז פרידריך הי"ו.
- ר' שמעון ברמ"ש קויפמאן הי"ו.

- שביעי: ר' יואל ברנ"ה צוויבל הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- הוספה: ר' חיים ב"ר משה סימאן הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- אחרון: הרה"ג ר' יואל שטיין שליט"א חבר ביד"ץ כדתיא לאנדאן.
- מפטיר: הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' חיים יוסף ראזענפעלד הי"ו.

- מוסף: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם מאיר עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:25.

רעוא דרעווין


דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:30.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע שלמה פעקעטע הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הר"ר שמואל שלמה טעללער שליט"א.
- כהן: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו (וומסב''ג).
- שלישי: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"מ בראך הי"ו.

זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ובקצרכם קציר ארצכם' און געטייטשט אז אסאך מאל ווען מען איז מתפלל גייען די תפילות נישט ארויף צוליב וואס מען איז נישט ראוי, אבער אויב מען גיבט צדקה פארן דאווענען עפענען זיך אויף אלע שערים און די תפילות גייען ארויף בשמי מעל, און ממשיך געווען מיט דברי הכנה צום הייליגן טאג ל"ג בעומר ווען אזויפיל אידן זענען מתפלל און בעטן פאר זיך און פאר אנדערע כל מיני בקשות, איז יעצט די צייט צו מרבה זיין בצדקה און אזוי זיכער מאכן אז די תפילות זאלן נתקבל ווערן און מען זאל אויספועלן כל מילי דמיטב.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
- קל מסתתר: הרב חיים מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' שמשון שרגא פויגעל הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צו ספירת העומר.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:45.

בביתו נאוה קודש זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורי ישיבות באבוב פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

דערנאך זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורי ישיבה גדולה באבוב 45 פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

ארום 12:15 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים סופר הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' חיים הי"ו האט אפגעקויפט די זכות שם המקוה פון די מקוה טהרה דקהלתינו הק' בשכונת דזשעפערסאן אין קרית יואל המורחבת, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און עס האבן אויפגעטרעטן הר"ר בערל מרגליות שליט"א יו"ר וועד הרחבת גבולי העיר, און הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק.
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר הרה"ח ר' חיים הי"ו ובני משפחתו.

פון דארט ארום 12:45 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אלי' ב"ר ברוך גלויבער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' אלי' הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון א שער המקוה און א חדר המקוה אין די מקוה טהרה דקהלתינו הק' בשכונת דזשעפערסאן אין קרית יואל המורחבת, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין די שכונה ובשבח פון די תושבי השכונה.
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר הרה"ח ר' אלי' הי"ו מחשובי תושבי השכונה ובני משפחתו, פאר די אנוועזנדע תושבי השכונה און פאר די חברי וועד הרחבת גבולי העיר.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 365