פרייטאג אמור - פסח שני 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין הירש ג"ב לאנדא אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר משה כ"ץ שליט"א. ביים אנקומען איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר שמואל מענדל באב"ד שליט"א.
- בן הר"ר מרדכי יוסף ווייסמאנדל שליט"א.
- ב"ר יעקב חיים לאנדא הי"ו.
- ב"ר יושע פנחס שעהנפעלד הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און איינע פון די קינדער האבן פארגעזינגען חרוזים.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, מלמדים און די קינדער, און דערנאך משמיע געווען דב"ק והדרכה בנוגע מידות טובות און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער.
ארום 12:45 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון כינור דוד צום שלחן הטהור לרגל פסח שני אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף היכל התורה שע"י מוסדותינו הק' וומסב''ג בהנהלת הר"ר יהודא שטאלצבערג שליט"א.
דער רבי האט זיך געוואשן און אויפגעריסן די חלה מיט די האנט כנהוג אום ערש"ק, און מען האט אויפגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני פסח און ניגוני יו"ט.
ביי די זופ האט מען אריינגעברענגט מצה, און אין די זופ איז געווען קניידלעך און א מצה כרעמזל.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש דברי דרוש לכבוד היום, און דערנאך ארומגערעדט הדרכה און ארויסגעברענגט אז ביי פסח שני זעט מען אז אויב איינער האט פארפאסט די געלעגענהייט פסח ראשון איז דא נאך א געלעגנהייט, אבער נאר אויב עס איז געווען א אונס און נישט אויב עס געווען במזיד, און דאס איז די לימוד וואס יעדע בחור דארף ארויסנעמען פון דעם, און שטארק מעורר געווען צו זיצן און הארעווען אין די תורה הקדושה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער מנהל שליט"א איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א קוויטל כוללות פון די תלמידי הישיבה.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הר"ר מיכל ניימאן שליט"א ר"מ בישיבה.
מען האט געענדיגט ארום 1:45.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
