בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ב אייר תשפ"ו4/29/2026

באריכט
מיטוואך אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יהושע ב"ר ברוך עקשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אור ישראל לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד אצל הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א רב הביהמ"ד, בן הגה"צ אבד"ק אויסטילא שליט"א וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- תאומים בני ר' גדלי' דוד זאלדאן הי"ו.
- ב"ר חיים שלמה ב"ר מאיר ווערטהיימער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד.
- מוהל: אבי הבן הר"ר מאיר יודא שליט"א.
- סנדק: רבינו שליט"א.
- סנדק מעומד: הגה"צ אבד"ק אויסטילא שליט"א.
- ברכות וקריאת השם: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'נפתלי' נאך הגה''ק בעל בעל זרע קודש מראפשיץ זיע''א
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד, ביי די סעודה האבן אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן שליט"א, און דער זיידע חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו געמאכט די מי שברך כנהוג.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הר"ר ישעי' רובין שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק אויסטילא שליט"א.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד"ק אויסטילא שליט"א און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:15.

דערנאך איז דער רבי ארויף צום דערנעבנדיגן ביהמ"ד 'בית ישראל הוניאד' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פון די כולל שע"י חברי אהבת קדומים, און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ רבי חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יוסף דוד מיטטעלמאן הי"ו און הרה"ח ר' משה יוסף ראזענפעלד הי"ו.
- הרה"ח ר' יצחק מרדכי כ"ץ הי"ו און הרה"ח ר' פנחס מרדכי קליין הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40 און געציילט ספירה פארן עמוד.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 421