בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"א אייר תשפ"ו4/28/2026

באריכט
דינסטאג אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף זרע קודש בהנהלת הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק בעל זרע קודש מראפשיץ זיע''א.
ביים אנקומען אין ישיבה איז דער רבי קודם אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרה"ג ר' יואל הערש קאהן שליט''א מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג.
- בן הר"ר אלטר טייטלבוים שליט''א.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז דער הייליגער ראפשיצער רב זיע''א פלעגט אריינברענגען א קדושה אין א איד וואס האט מעורר געווען צו תשובה אמיתית, און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה, פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די הילולא קדישא.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 8:30 איז דער רבי קודם אריבער אין זאל פון גינת אסתר ווי עס איז פארגעקומען א 'אסיפת שרי האלפים' פאר די אריבער הונדערט עסקנים וועלכע האבן זיך אינטערגענומען אויפצוטרייבן יערליכע גרעסערע סכומים לטובת מוסדות יטב לב צווישן אנ''ש תושבי וומסב''ג און ב"פ.
הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה און ארויסגעברענגט די קשר וואס יעדער מאנשי שלומינו דארף שפירן צו מוסדות יטב לב מיט עטליכע פערזענליכע מעשיות איבער די גרויסקייט פון שטיצן מוסדות יטב לב.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, פאר הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה ב"פ, און פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט דאן משמיע געווען דב"ק און נאכגעזאגט די ווערטער פון די נעכטיגע אסיפה אין קר"י אז די מטרה פון די אסיפה איז אוועקצושטעלן א פעסטע יסוד פאר מוסדות יטב לב מיט קביעות'דיגע חודש'ליכע נדבות פון אלפי אנ''ש, אויסער די ארבייטער אינעם אפיס וואס טרייבן אויף געלט א גאנץ יאר דארפן צוקומען נאך אסאך עסקנים צו שאפן נייע נדבות יעדער מיט זיינע באקאנטע, דער שווערער דעפיציט פון מוסדות יטב לב איז נישט אז ס'פעלט געלט, נאר ס'פעלט עסקנים, אז ס'וועט צוקומען נייע עסקנים וועט מען קענען דעקן דעם מוסד מדי חודש בחדשו, און מסיים געווען בדברי חיזוק וברכה פאר אלע עסקנים.

דערנאך האבן אויפגעטרעטן דער יושב ראש הר"ר דוד שלמה לאוב שליט"א און הרה"ח ר' שלמה זלמן שפיטצער הי"ו וועלכע האט פארגעשטעלט דעם סדר הקאמפיין.
און אלע עסקנים האבן געהאט די געלעגנהייט אריבערצוגיין פערזענליך איבערצוגעבן דעם שטר התחייבות און דער רבי האט אנגעוואונטשן יעדעם באזונדער.
דער רבי האט פארלאזט די אסיפה ארום 9:10.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:15 ביז 1:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ הנהלת כולל שומרי החומות אפנעמען ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדער דינער השנתי וועלכע קומט פאר דעם דאנערשטאג אויפדערנאכט - פסח שני אין וויליאמסבורג, דער רבי האט געהערט א באריכט איבער די לעצטערע פעולות, דערביי האט די הנהלה זיך באדאנקט פאר די דרשה וואס דער רבי האט משמיע געווען בהיכל הכולל בעת די נסיעה דעם ווינטער אין ארה"ק קיין אתרא קדישא מירון וואס האט געגעבן גרויס חיזוק פארן כולל, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 373