בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday10 Iyar 57864/27/2026

Report
זונטאג אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר יואל בר"ב פעלדמאן הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר יחזקאל ראזענבערג הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכו תהילים שיעור, און ארומגערעדט איבער דעם מצב המלחמה אין ארה"ק, דער רבי האט נאכגעזאגט א חתם סופר אז אויב א איד הרג'עט א גוי און מען פירט זיך נישט אויף כהוגן דארף מען ח"ו באצאלן מיט אידישע נפשות רח"ל, ביים חורבן ביהמ"ק איז געווען שפך חמתו על עצים ואבנים און עס האט זיך נישט אויסגעפעלט קיין אידישע נפשות, יעצט בזמנינו אלה ווען די מדינה הטמאה הרג'ט אויס פולע נפשות פון די גוים איז מען זיך דא צו פרייען אבער ווער ווייסט מיט וואס מען גייט דארפן באצאלן אויף דעם, און אויסגעפירט מיט א מליצה ישרה פון זקינו הרה"ק רבי אלעזר ניסן זיע''א אויף 'כל דור שלא נבנה בימיו כאילו נחרב בימיו' אויב איז מען זיך מצער אויף חורבן ביהמ"ק איז עס יעדע יאר כאילו דאס ביהמ"ק איז פון פריש חרוב געווארן און עס איז דא א כפרה אויף כלל ישראל יעדעס יאר און עס פעלט זיך נישט אויס קיין אידישע נפשות.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 2:30 איז דער רבי אריבערגעפארן קיין שיכון סקווירא ווי דער רבי איז אנגעקומען ארום 3:00 אין שטוב פון גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אויף א אסיפה נחוצה אינאיינעם מיט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און כ"ק אדמו"ר מויזניץ מאנסי שליט"א, און עטליכע גדולי עסקני יהדות החרדית און פאליטישע באאמטע ווי מען האט א לענגערע צייט דן געווען אויף פארשידענע עניני הכלל העומדים על הפרק. מען האט געענדיגט ארום 4:10, און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:40 און נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אברהם משה לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
- הרה"ח ר' יוסף סרוגא הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יצחק כאירה הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️