שב''ק פרשת אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' משה טאמבור הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר. מען האט געענדיגט ארום 9:50. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. - הגבהת הכוס: הרה"ח ר' יואל ברי"ח ווייס הי"ו. - כל מקדש: הרה"ח ר' שלמה געשטעטנער הי"ו (ביתר). - מנוחה ושמחה: הר"ר אליעזר חיים גאלדשטיין שליט"א בן האדמו"ר מסקאליע שליט"א (ב"פ).
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אחרי מות שני בני אהרן' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען דרשנט סמוכין.
- קה אכסוף: הרה"ח ר' יחזקאל ברש"י בראך הי"ו (ב"ב). - ברכת המזון: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א (ב"פ).
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט הגה''ק בעל זרע קודש מראפשיץ זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג י"א אייר.
- קה רבון עלם: בעל שמחה נכד רבינו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען די שלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א, דער רבי האט טועם געווען בונדלעך און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער בעל שמחה האט אנגעגאסן ביר, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א (ב"פ) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:25.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. - ברכות: הר"ר יחזקאל געלבשטיין שליט"א. - פסוקי דזמרה: הר"ר שרגא גאנדעל שליט"א. דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית, און צו חזרת הש"ץ צוגעשיקט נכדו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א (וומסב''ג) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה אליעזר ניימאן הי"ו. - פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו. עליות. - כהן: הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן הי"ו. - לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. - שלישי: הרה"ח ר' אברהם פילאפף הי"ו. - רביעי: ר' וואלף ברא"י לאנדא הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. - חמישי: ר' יואל הערש הערשקאוויטש הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. - שישי: רבינו שליט''א. - שביעי: ר' מאיר משה גאנדל הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. - אחרון: בעל ברית הר"ר יואל ברמ"א ניימאן שליט"א. - מפטיר: הרה"ח ר' אנשיל גאנדל הי"ו. - הגבה: הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א. - גלילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל ווייזער הי"ו. לכבוד דעם ברית מילה האט מען געמאכט די מי שברך להמתענין בה"ב שבת נאכמיטאג ביי מנחה.
- מוסף: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו. - פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' הערשל גרינהויט הי"ו (ב"ב).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל הר"ר יואל ברמ"א ניימאן שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 12:35.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יחזקאל פרענקל הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב שמחה שעהר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:20. - בעל תפילה: הרה"ח ר' יודל ברנ"ש שווארטץ הי"ו. - הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל שפיטצער הי"ו. - כהן: הרה"ח ר' שלמה זלמן מאשקאוויטש הי"ו. - לוי: הר"ר יעקב שלמה רובינפעלד שליט"א. - שלישי: הר"ר מרדכי שמעי' קויפמאן שליט"א. - הגבה: רבינו שליט''א. - גלילה: ר' יוסף מענצער הי"ו (וומסב''ג). נאכן ליינען האט מען געמאכט דעם מי שברך למתענין בה"ב.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. - אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. - שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'קדושים תהיו' און געטייטשט אז היינטיגע צייטן ווען מען געפינט זיך אין א טמא'נע מדינה מלא זוהמה און מען איז נישט זוכה צו הערן די בת קול היוצאת מהר חורב וואס איז מעורר צו תשובה, שיקט הקב"ה אראפ יעקב אבינו צו מעורר זיין אידן צו תשובה, אבער דאס איז נאר אויב א מענטש מאכט זיך גדרים וסייגים ובפרט בעניני עריות בדיבור במעשה ובמחשבה.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם יושע ווייס הי"ו (וומסב''ג). - קל מסתתר: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
- מעריב מוצש''ק הרה"ח ר' אברהם פילאפף הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:30.
בביתו נאוה קודש זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורי ישיבה גדולה באבוב פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שב"ק בצל הקודש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די לימודי הישיבה און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
ארום 11:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יעקב מרדכי בר"ל גראס הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם ל"ג בעומר הבעל"ט, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.