בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגו' אייר תשפ"ו4/23/2026

באריכט
דאנערשטאג אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שמואל יעקב שווארטץ הי"ו.
- ב"ר יוסף פארקאש הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ב'. דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען לרגל די נייע זמן. און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בנימין צין הי"ו און הרה"ח ר' מענדל שלמה ראזענפעלד הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ עסקני מרכז עזרה ויועץ פון ארה"ב אינאיינעם מיט העסקן הרה"ח ר' שמואל יאקבאוויטש הי"ו פון ירושלים מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דאס עפענען א נייעם אפיס אין ירושלים צו נאכקומען די גרויסע פארלאנג פון בחורים און אינגעלייט וועלכע ווענדן זיך צום מרכז פאר עצה ותושיה איבער די גזירה פון גיוס בני ישיבות, די עסקנים האבן איבערגעגעבן א באריכט און געוויזן די פלענער פונעם נייעם גרויסן אפיס וועלכע מען בויעט לטובת המרכז און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הגאון רבי צבי גרינהויז שליט"א ראש כולל כנסת חזקיהו וממייסדי מוסד בית חינוך לבנות 'שרה באוהל' עטה"ק בארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבערן מוסד שרה באוהל און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 579