בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגד' אייר תשפ"ו4/21/2026

באריכט
דינסטאג אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען בבית האכסניא א ברית לבן הנולד אצל הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר ישראל ארי' האלענדער הי"ו.
- בעל תפילה: הבה"ח משה ב"ר יואל ראטה הי"ו (לאנדאן).

אין די נאכמיטאג שעות האט זיך דער רבי צוריקגעקערט לביתו נאוה קודש נאכן וויילן די לעצטע וואך אויף מנוחת הנפש.

ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

נאכמיטאג ארום 6:40 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב יוסף האפמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיטן בעל ברית ובני משפחתו.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 1:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ עסקני מפעל 'עסק' דקהלתינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע 'סאטמארק' עקספאו, די עסקנים האבן איבערגעגעבן א דעטאלירטענדע באריכט פון די פולע פעולות דורך עסק במשך די פארגאנגענע קרוב צו צוויי יאר ארויסצוהעלפן פילע אנ''ש בעצה ותושיה בעניני פרנסה, דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די עסקנים מען זאל מצליח זיין בכל ענינים.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️