שב''ק פרשת שמיני - מבה"ח אייר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו
מען האט געענדיגט ארום 9:40. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול צד צפון, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
די חלות האבן געהאט א צורה פון א שליסל כנהוג. אין די זופ איז געווען קניידלעך, און מען האט אויפגעגעבן מצה כנהוג צווישן פסח און שבועות.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הרב אלחנן חיים טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א.
- מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'כיון שראה איוב מיתת בני אהרן אמר על זאת יחרד לבי' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ארץ ישראל מוחזקת לאבותינו.
- קה אכסוף: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט א לענגערע צייט פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א לרגל די יומדה"ק וואס געפאלט מאנטאג כ"ו ניסן.
- קה רבון עלם: נכד רבינו הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי הרה"ח ר' אהרן יוסף בערגער הי"ו.
- אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 2:20.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:45.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א.
עליות.
- כהן: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א מספינקא קר''י.
- לוי: הב' הבר מצוה בן הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א.
- שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- רביעי: בעל שמחה נכד רבינו הר"ר משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל: לאה רילא ע"ש די באבע הרבנית מסיגעיט ע"ה.
- חמישי: הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל ר' יואל זיאד הי"ו.
- שביעי: הר"ר יואל ברי"ש וויינבערגער שליט"א.
- אחרון: הרה"ח ר' אהרן יוסף בערגער הי"ו.
- מפטיר: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' ראובן מאלח הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' מנחם ביקסנשפאן הי"ו (לאנדאן).
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א כ"ו ניסן.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו משמש.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא בהיכל הביהמ"ד צד צפון, דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הר"ר משה מייזליש שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז אויב מען איז עוסק בפרו ורבו איז מען חושש אויף קיום העולם, איז הקב"ה זיך אויך נוהג מיט אים די זעלבע און איז חושש אויף קיום העולם און איז משפיע השפעות טובות, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו, מען האט געענדיגט ארום 1:00.
נאכמיטאג ארום 6:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו פרקי אבות, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק א' משנה א' 'כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא' און אויפן מדרש 'הים ראה וינוס', און געטייטשט אויף פילע מהלכים בדרך דרוש ואגדה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי מוסר אז כלל ישראל האט א דין הקדש און דארף זיך פירן ווי עס פאסט זיך פאר הקדש אפילו ווען עס איז שווער, ובפרט בנוגע דאווענען ליל שבת פרי ביים זמן, און בנוגע גיין אנגעטוהן מיט א בעקיטשע ביי די סעודת שבת און אינטערן קיטל ביים סדר און יום הקדוש, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב און געזאגט אז מען שטייט נאך אין חודש ניסן און מען האפט אז בניסן נגאלו ובניסן עתידין להיגאל. מען האט געענדיגט ארום 7:50 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:15.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' ירחמיאל זאב פריעד הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אלכסנדר ברא"י עקשטיין הי"ו (לאנדאן).
- כהן: הרה"ח ר' יואל בר"ד קאהן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' אלישע יואל ראזענפעלד הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' שלמה שעהנברוין הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'זה הדבר אשר צוה ה' תעשו' און געטייטשט אז אזוי ווי ביי א מקוה זאגט מען אז עס איז מטהר אין איין רגע אפילו פון א טומאה וואס גייט שוין אן א לאנגע צייט, אף הקב"ה מטהר את ישראל און ווען א איד האט א הרהור תשובה אמיתיות איז אים הקב"ה מטהר פון אלע עבירות וואס ער האט געטוהן, און אפילו אויב מען זינדיגט ח"ו נאכאמאל אפילו כמה פעמים איז אים הקב"ה אויך מטהר ווען מען טוט תשובה, און מען טאר זיך נישט לאזן ווערן איבערגערעדט פונעם יצר הרע וואס פרובירט איינצורעדן אז מען איז שוין פארפאלן, נאר מען דארף זיך שטארקן און וויסן אז עס איז אלץ דא א וועג ארויס אין יעדע מצב וואס מען געפינט זיך.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' חיים אברהם דוד רפאל גאטליעב הי"ו (וומסב''ג).
- קל מסתתר: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא כ''ו ניסן.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:20.
מוצאי שב"ק בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען אן אסיפה מיטן וועד הרחבת גבולי העיר קרית יואל, ווי ס'איז אויסגעשמועסט געווארן די ברייטפארצווייגטע אקטיוויטעטן ברוחניות מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה אין אלע שכונות בקרית יואל המורחבת, און די איבערפלוס פון דירות וואס שטייען צום פארקויפן אין די אלע געגנטער, וואס ברענגט אז די ארטיגע דירות פרייזן זאלן פאלן נידעריגער ווי די $250 פער סקווער-פוס תקנה.
אויך זענען אריין בקו"פ א דעלעגאציע פון ק"ק ומוסדות התורה בעיר מאנטיסעלאו וועלכע האבן געצייגט פארן רבין דעם שיינעם לעבנס שטייגער בגשמיות וברוחניות פון די קרוב צו הונדערט איצטיגע תושבי עיר מאנטיסעלאו און די ענדגילטיגע פערמיטן פאר די איבער 300 נייע הערליכע דירות וועלכע מהאט יעצט אהנגעהויבן צו בויען פאר גאר ביליג (אינטער $200 פער סקווער-פוס) פאר פרישע תושבים פון כלל חסידים איבער גרעיטער ניו יארק וועלכע זיכן זיך אריבער צו ציען בקרוב, דער רבי האט אויסגעפרעגט פארשידענע פרטים און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
