בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ו ניסן תשפ"ו4/13/2026

באריכט
ליל אחרון של פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו.
- מערבית: הר"ר מאיר משה מאשקאוויטש שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 9:15. דער ציבור איז אריבער ווינטשן א גוט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול בצד צפון.
- הגבהת הכוס: הרה"ג ר' שלמה יונגער שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד טאהש.
נאך די פיש האט דער רבי איינגעטונקען די מצה אין ברוינפען געמאכט דורך הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייס הי"ו, און געוואונטשן לחיים. און אין די זופ איז געווען קניידלעך כנהוג.
ביי די פלייש האט מען אויפגעגעבן פון די בשר הלחיים פון די מתנות כהונה געברענגט דורך די כהן הזוכה הרה"ח ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו ובנו ר' יואל הי"ו.
מען האט אריינגעברענגט פערפל געברענגט דורך בנש"ק הרה''ח ר' אשר ישעי' הורוויץ הי''ו, א חרוסת קוגל געמאכט פון די שיירי חרוסת פון די סדרים ביים רבי'ן געברענגט דורך הרה"ח ר' יואל ברי"ח ווייס הי"ו, און א מצה קוגל געברענגט דורך הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייס הי"ו.

- מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א רב דביהמ"ד שערי תפילה.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'הים ראה וינוס מה ראה ברייתא דר' ישמעאל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו עס ניצט תשובה פאר א בן נח.

מען האט אריינגעברענגט מצה כרעמזלעך געברענגט דורך הרה"ח ר' יחזקאל פרענקל הי"ו, און דער רבי האט פארטיילט פארן גאנצן ציבור א לענגערע צייט.

- ברכת המזון: הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א רב דביהמ"ד ציעשנוב קר"י.
מען האט געענדיגט ארום 1:55.

יום אחרון של פסח

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 11:20.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
- שחרית: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל.

- הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' נפתלי צבי קאהן שליט"א - מו"ץ, און הרה"ג ר' מרדכי הירש שליט"א - מו"ץ.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א - מו"ץ.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' ישראל חיים שטעסל הי"ו און הרה"ח ר' יודא לייב לאוב הי"ו.
עליות.
- כהן: הרה"ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט"א.
- לוי: הרה"ח ר' אברהם ברי"א לעווי הי"ו.
- שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
- רביעי: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
- חמישי: רבינו שליט"א.
- הגבה אויפן ערשטן ספר: הר"ר מרדכי זאב דושינסקיא שליט"א (ב"פ) בן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל ב"ר מאיר הירש הי"ו (וומסב''ג).
- מפטיר: הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו.
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' מרדכי בער מאשקאוויטש הי"ו.
נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור כנהוג.

- מוסף: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יודא פנחס שטראהלי הי"ו (ב"פ).
מען האט געענדיגט ארום 2:40.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה לייב פריינד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

ביים מיטאג טיש האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

נעילת החג

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:05.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.

נאך מנחה איז דער רבי ארויף צום פלאץ צום שולחן הטהור ונעילת החג.ממען האט געזינגען ניגוני יו"ט, דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו האט אנגעגאסן לחיים פארן רבי'ן און דער רבי האט געוואונטשן פאר די חברה קדישא, און פארן גאנצן ציבור.
מען האט אריינגעברענגט פירות און א פסח'דיגע טארט געברענגט דורך ר' שלום ברנ"מ ווייס הי"ו, און דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שיריים, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני יו"ט און ניגוני השתוקקות לביאת המשיח.

נאכן זמן האט דער רבי געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען דברות קודש אויפן מייק, דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'מה יפו פעמייך בנעלים' און געטייטשט אז בזמן שביהמ"ק היה קיים זענען נתעלה געווארן אלע אידן אפילו די וואס זענען געווען אין א נידריגע מדריגה בבחינת רגליים, בזמן הזה נאך אזא דערהויבענעם יו"ט מיט א הכנה דרבה פון פארדעם, דארף יעדע איד וויסן אז אפילו אויב ער איז א שוואכע איד בבחינת רגליים, איז מען נתקדש און נתרומם געווארן צו א העכערע מדריגה, דורך די קדושה פון די מצות החג וואס מען האט מקיים געווען דעם יו"ט דאס האט אים געהייליגט, ער איז שוין נישט די זעלבע פון בעפאר יו"ט, און די קדושה נעמט מען מיט אויף א גאנץ יאר.
דער רבי האט ממשיך געווען מיט נאך בחינות און עטליכע טייטשן, אין דעם זכות וואס אברהם אבינו האט נישט געפרעגט קיין קשיות ביי די עקידה אין דעם זכות האט הקב"ה נישט געפרעגט קיין קשיות ביי קריאת ים סוף, דאס זעלבע איז בזמנינו אלה פרעגט הקב"ה נישט קיין קשיות און איז משפיע כל טוב, ובפרט פרנסה און שידוכים וואס איז קשה כקריאת ים סוף, בשעת אידישע קינדער זאגן די שירה זאגט דער רבי פון לובלין זיע''א קומען אראפ משה אהרן און מרים און זאגן מיט מיט אידישע קינדער, ווי שיין און וואויל איז דאס אשרינו ומה טוב חלקינו משה אהרן און מרים זענען געווען דא אין ביהמ"ד ביי די שירה, און אז זיי זענען דא ברענגען זיי אראפ אלע ישועות וואס יעדער דארף, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב און כל מילי דמיטב פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן חסל סידור פסח בדביקות והתרוממות א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לשנה הבא בירושלים דריי מאל בהתלהבות אש.

- מעריב מוצאי יו''ט: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן פארן גאנצן עולם א גוטע וואך און א געזונטן זומער. מען האט געענדיגט ארום 10:00.

ביים אנקומען אהיים בביתו נאוה קודש האט דער רבי צוריק געקויפט די חמץ פונעם גוי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️