בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי' מרחשון תשפ"א10/28/2020

באריכט
דעם מוצ"ש איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אין וומ"ס אין די זאל פון "עדן פאלאס" ווי די רבי האט באשיינט די גייסטרייכן מעמד "סיום מס' קידושין" דורך יוצאי תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' וואס די בחורים האבן זיך פארהערט ביי מורינו הגה"צ די רב שליט"א
פארגעקומען מיט די השתתפות פון די בחורים עלטערן און זיידעס

עס האבן אויפגעטרעטן צווישן אנדערע מורינו הגה"צ די רב שליט"א שליט"א ווי די רב האט ארויסגעברענגט זיין קורת רוח פון פארהערן די בחורים
די רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש און האט געוואלדיג באוואונדערט די בחורים, אז טראץ עס איז געווען אזא יאר, האבן זיך די בחורים אנגעשטרענגט און זיך פארהערט די לימודים. דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די בחורים, מרביצי תורה, עלטערן און זיידעס און געטיילט מתנות פאר די בחורים דעם ספר שמעתתא דמרא ט"ב, וואס ענטהאלט אין זיך דברי תורה פון מרן רבינו שליט"א אויף מס' קידושין