בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי"ט ניסן תשפ"ו4/6/2026

באריכט
מאנטאג - ג' דחוה"מ פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי האט דער רבי געלייגט תפילין בביתו נאוה קודש פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר משה אלי' ליכטענשטיין הי"ו.
- ב"ר ליפא רובינפעלד הי"ו.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:20.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו הלל.

- פתיחה: הרה"ח ר' חיים בעריש פילאפף הי"ו און הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הר"ר שמואל מאיר לעווי שליט"א.
- שלישי: הר"ר אלימלך עקשטיין שליט"א.
- הגבה אויפן ערשטן ספר: נכד רבינו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- גלילה: הר"ר דוד ליכטענשטיין שליט"א.
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ג ר' שלמה הערש עקשטיין שליט"א מו"ץ ביהמ"ד בוענאס איירעס.
- גלילה: הרה"ח ר' יוסף לייב יאקאב הי"ו (ירושלים).

- מוסף: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג.
מען האט געענדיגט ארום 11:45.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל הר"ר אלימלך עקשטיין שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

אין די נאכמיטאג שעות איז געווען אויף א ביקור חג הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני חג הפסח, דערביי האט דער רבי אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות איבערן מעמד המרומם מסירת מתנות כהונה און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

נאכמיטאג ארום 3:40 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום מעמד נהדר ומרומם 'מעמד הפייסות וקיום מצוה מסירת מתנות כהונה' במעמד אלפי אנ''ש.
דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, במשך דעם מעמד האט מען געזינגען פילע ניגוני יו''ט וניגוני ביאת המשיח והשתוקקות צו די גאולה השלימה.
דער יושב ראש הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו וומסב''ג האט ממשיך געווען און פארגעשטעלט די סדר הפייסות און ארויפגעריפן הני תרי כהני הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א און הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו אז זיי זאלן זיין די ממונים צו מאכן די גורלות וועלכע כהנים זאלן זוכה זיין צו מקבל זיין די מתנות כהונה פון רבינו שליט"א, הר"ר אלי' שלמה שליט"א האט אנגעהויבן מיטן סדר הפייס, ער האט אויסגערופן בואו והפייסו און אלע כהנים חברי אהבת קדומים ובעלי בתים חשובים האבן זיך אויפגעשטעלט אויפן באנק און זיך אויסגעשטעלט אין א גאנצע רינג, דערנאך האט הר"ר אלי' שלמה שליט"א אראפגענומען די שטריימל פון הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו צו ווייזן פון ווי די גורל הייבט זיך אן, און דערנאך צוגעגאנגען צו רבינו שליט"א צו באקומען א נומער פארן פייס כמבואר בחז"ל, דער רבי האט אויסגעקליבן די נומער 180 (י' פעמים ח"י) און הר"ר אלי' שלמה שליט"א האט אדורכגעפירט די פייס צווישן די כהנים מיטן אפציילן יעדעם'ס פינגער און ארומגעגאנגען דעם רינג עטליכע מאל ביז מען האט דערגרייכט דעם באשטימטן נומער, אלץ זוכה בגורל איז אויסגעקומען הרה"ח ר' יעקב יואל כהן הי"ו וועלכע האט מכבד געווען אביו הר"ר אברהם כהן שליט"א מנאסויד צו דינען אלץ כהן הזוכה.
דערנאך האט דער צווייטער כהן הרה"ח ר' קאפיל הי"ו אדורכגעפירט דעם צווייטן גורל פאר די כהנים יושבי אוהל, ער איז צוגעגאנגען צו רבינו שליט"א צו באקומען א נומער פארן פייס, און דערנאך אראפגענומען דעם שטריימל פון הר"ר יואל ברמ"י מאשקאוויטש שליט"א און אדורכגעפירט דעם פייס אויפן זעלבן פארנעם מיטן זעלבן נומער, אלץ זוכה בגורל איז אויסגעקומען ר' יואל פריעדמאן הי"ו וועלכע האט מכבד געווען אביו הרה"ח ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו צו דינען אלץ כהן הזוכה.

במשך דעם מעמד האט דער רבי משמיע געווען 4 מאל דב''ק.
דער רבי האט משמיע געווען די ערשטע דב''ק א ברכת הקודש פאר אלע כהנים וועלכע האבן זוכה געווען אנטיילצונעמען אינעם פייס אז מען זאל בקרוב זוכה זיין צו מקיים זיין די סדר הפייסות אינעם בית המקדש השלישי, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די צווייטע דב"ק און אויסגעשמועסט די פרטי המצוה און ארויסגעברענגט אז טראץ לויט כמה שיטות גייט נישט אן בזמן הזה די מצוה פון מתנות כהונה זאגט אבער דער מחבר אז והמחמיר תבא עליו ברכה, און ממשיך געווען מיט א טעם אויף די מצוה אז דאס קומט זאגן אז כלל ישראל זאל געבן די מתנות כהונה פאר הקב"ה וועלכע איז א כהן כביכול, 'זרוע' איז די כלי המעשה, 'לחיים' איז די כח הדיבור און די 'קיבה' איז די כח האכילה, מען דארף אוועקגעבן די גוף פאר הקב"ה, נאר טוהן מיט די האנט מצות ומעש"ט, געבן צדקה, גמילות חסדים, און נאר ניצן דאס מויל אויף דאווענען בכוונה, לערנען בהתמדה, און נאר עסן כשר במהודר צו האבן כח צו עבודת יתברך שמו, און אין דעם זכות וועט מען זוכה זיין אז הקב"ה וועט אונז אויך געבן די "זרוע לחיים וקיבה" 'זרוע' יוסף ה' שנית יד"ו, וירא ישראל את הי"ד הגדולה, און הקב"ה וועט אונז אויסלייזן פון גלות און משפיע זיין פרנסה בהרחבה גדולה מתחת ידו הרחבה והגדולה 'לחיים' ברכת ה' היא תעשיר און הקב"ה וועט יעדעם בענטשן בכל מילי דמיטב, 'קיבה' הקב"ה וועט אויסהיילן אלע חולי ישראל.

מען האט אריינגעברענגט די מתנות כהונה די זרוע, לחיים, וקיבה און עס אראפגעלייגט על שלחן הטהור פארנט פון רבינו שליט"א.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די דריטע דב"ק בדברי דרוש בעניני כהונה, און מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די פערטע דב"ק ברגש גדול אז מען גרייט זיך צו מקיים זיין אזא חשוב'ע מצוה ברוב עם הדרת מלך און מען גיבט אויף דעם א הודאה אויפן עבר און א תפילה אויפן עתיד מען זאל קענען זוכה זיין צו מקיים זיין אלע מצות ה' מתוך שמחה ואהבה ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים מתוך בריאות השלימות, דער רבי האט אויסגערעכנט אלע כ"ד מתנות כהונה וואס זענען אנטקען די כ"ד ספרי תנ"ך, די מצוה פון מסירת זרוע לחיים וקיבה וואס איז די ניינצנטע פון די כ"ד מתנות כהונה איז אנטקען מגילת איכה, און די סגולה פון די מצוה איז מהפך צו זיין די מגילת איכה מען זאל זוכה זיין צו ביאת גואל צדק און עס וועט ווערן א יו"ט, דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע כהנים מען זאל בקרוב זוכה זיין צו קענען באקומען אלע כ"ד מתנות, און א ברכה פארן גאנצן ציבור מען זאל בקרוב זוכה זיין צו קענען מקיים זיין די מסירת כ"ד מתנות כהונה בביאת גואל צדק בב"א.

דער רבי אויסגעשמועסט די שאלות בנוגע די ברכות ביי מסירת מתנות כהונה און די ברכת שהחיינו, דער רבי איז ארויס לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אנגעטוהן א נייע בעקיטשע צו קענען מאכן א ברכת שהחיינו כהלכה.

דער רבי איז צוריק אריינגעקומען און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני הכנה מיט גרויס התעוררות, דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו די מעשי המצוה, די כהנים הזוכים בגורל האבן זיך אוועקגעשטעלט אויף די צוויי זייטן, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט א לשם יחוד און געמאכט די ברכה ברוך מלך העולם אקב"ו להפריש מתנות בלי שם ומלכות, און דערנאך א ברכת שהחיינו בשם ומלכות בהתעוררות רב, די כהנים זיך אראפגעזעצט און דער רבי האט איבערגעגעבן די זרוע פארן כהן הר"ר אברהם כהן שליט"א, די לחיים פארן כהן הרה"ח ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו און די קיבה (אויף וועלכע מען האט נישט געמאכט קיין פייס צוליב וואס מען קען עס נישט עסן) האט דער רבי אויסגעקליבן משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ אויף א לענגערע צייט בהתרגשות גדול, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה א לענגערע צייט.

דער יו"ר הרה"ג ר' שלמה שבתי שליט"א אויסגערופן אז ע"פ בקשת רבינו שליט"א וועלן אלע כהנים זיך אויפשטעלן און זאגן די פרשה פון ברכת כהנים כדי צו בענטשן דעם גאנצן ציבור מיט ברכת כהנים.
דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און די כהנים האבן געזאגט די גאנצע פרשה פון וידבר ה' ביז ואני אברכם אויסצומיידן אלע שאלות.
נאך ברכת כהנים האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די כהנים און פארן גאנצן ציבור, דערנאך זענען אלע אנוועזנדע כהנים אריבער און דער רבי האט פארטיילט פאר אלע כהנים א שטיקל פלייש, מען האט געענדיגט ארום 6:15, אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי ווארעם באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע האבן געהאלפן צושטאנד צו ברענגען די מעמד נהדר, ובפרט פאר הר"ר ברוך שטערן שליט"א מראשי התאחדות אברכים וומסב''ג, הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א, און הר"ר מרדכי קטינא שליט"א וועלכע זענען געשטאנען בראש פונעם גאנצן פראצעדור.
מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

פאר מנחה איז אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א לכבוד יו"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני חג הפסח און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' הערשל ראזענפעלד שליט"א מו"ץ בשיכון סקווירא ומו"ל גליון הליכות החיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בהלכה און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה און ארום 9:20 מעריב בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
צווישן מנחה און מעריב איז געווען זמני כניסה בקו"פ פאר אנ''ש.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 410