מיטוואך שמיני א' - ערב יו''ט פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 9:00. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אליקים יעקב בר"ח הכהן קאהן הי"ו.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געטרינקן לחיים בהיכל הביהמ"ד אויף ביר כנהוג און אמציל געווען מברכת קדשו פארן בר מצוה בחור, און דערנאך אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט פארקויפט דעם חמץ פארן גוי, דער רבי האט געמאכט דעם קנין און איבערגעגעבן דעם שטר.
דערנאך ארום 10:30 איז דער רבי אריבער פארנט פון ביהמ''ד הגדול צו שריפת חמץ, דער רבי האט געזאגט 'לשם יחוד לקיים מצוות אך ביום הראשון תשביתו שאור מבתיכם' און אריינגעווארפן דעם חמץ און דעם לולב, און צוגעווארט אז דער חמץ זאל פארברענט ווערן, און געזאגט כל חמירא און דעם יהי רצון.
נאכמיטאג נאך די מקוה ארום 2:00 איז דער רבי אריבער צו מצות באקן ברוב עם, בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה.
דער רבי האט אריינגעגאסן דאס וואסער אין די מעל און פארטיילט טייגלעך פאר די באשטימטע מיירעס. בשעתן טיילן האט דער רבי פארגעזאגט צוויי מאל הלל ברגש קודש והשתפכות הנפש, און ביים ענדיגן האט דער רבי מפריש געווען חלה, און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוט יו"ט'.
דערנאך ארום 3:30 איז דער רבי אריבער צו די מצה בעקעריי דקהלתינו אויף די דינוב גאס, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן סדר האפי' א לענגערע צייט אין אלע אפטיילונגען, און דערנאך אריינגעגאסן וואסער אין די מעל און אפגעשיידט חלה, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת בית האופה.
פון דארט ארום 4:00 איז דער רבי אריבער צו די מצה בעקעריי אויף די געציל בערגער גאס, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן סדר האפי' ביי די חבורות א לענגערע צייט אין אלע אפטיילונגען.
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט במתינות מסדר געווען זיינע מצות לכבוד יו"ט.
שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי אראפ אינעם גרויסן זאל בביתו נאוה קודש, דער רבי האט אפגעברענט די לעכט, און זיך אומגעקוקט אויפן מלכות'דיגע סדר טיש ווי עס האבן מיטגעהאלטן בצל הקודש די קרוב צו 400 חתנים ביידע נאכט, מתלמידי הישיבה, הסמוכים על שולחן הטהור אין די הייליגע סדר נעכט בליל התקדש חג הפסח.
פארן זמן הדלקה"נ איז דער רבי געגאנגען נאכאמאל אין מקוה לכבוד יו"ט, און דערנאך געמאכט אן עירוב תבשילין.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ימים הראשונים של חג הפסח תשפ"ו בצל הקודש של כ"ק רבינו שליט"א
ערב יו''ט ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. נאך מנחה האט מען געזאגט דעם סדר הקרבת קרבן פסח כנהוג.
- מערבית: הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו אמירת הלל בהתלהבות אש ובהתעורורות רב. מען האט געענדיגט ארום 9:45. דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוט יו"ט', און דער רבי איז תיכף אהיים לביתו נאוה קודש.
פארן סדר האט רבינו שליט''א פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך.
ארום 10:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם גרויסן זאל בביתו נאוה קודש צום הייליגן סדר נאכט, מעוטף בטליתו אויפן קיטל, און מיט א זילבערנעם קאפל, כשתילי זיתים סביב לשלחנו די הונדערטער חתנים תלמידי ישיבתינו הק' וועלכע האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן די סדרים בליל התקדש חג הפסח, כשהמלך במסיבו, די טישן זענען געווען מלכות'דיג אויסגעשטעלט מיט א מייסטערהאפטיגן סדר שטאקן-ווייז וואס דער געטרייער הויז בחור איז מסדר כמדי שנה בשנה מיט אסאך כוחות און זעלטענע געניטשאפט, אז יעדער אין אלע ווינקלן זאלן קענען מיטהאלטן די געהויבענע מאמענטן בצל הקודש פון קיום מצות הלילה, אמירת הגדה ודברי תורה, אמירת הלל ברגש קודש ובהשתפכות הנפש, וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט א דביקות ושמחה של מצוה.
דער רבי האט מסדר געווען די קערה, און פארגעזאגט 'קדש' און אזוי אלע סימנים בקול נעים אויפן נוסח המקובל פון רבותינו הק' זיע''א.
במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט 19 מאל דברי תורה, פאר קדש, כרפס, יחץ, הא לחמא עניא, השתא הכא, עבדים היינו, מעשה בר' אליעזר, ברוך המקום, חכם מה הוא אומר, רשע מה הוא אומר, יכול מראש חודש, ואתן ליצחק, חשב את הקץ, והיא שעמדה, בדמיך חיי, ר' יוסי הגלילי אומר, ברך, כוס רביעי, שפוך חמתך.
דער רבי האט געזאגט הנני מוכן ומזומן לקיים מצוות כוס ראשון און זיך אויפגעשטעלט און געזאגט דעם לשם יחוד פון קידוש און געמאכט קידוש בהתלהבות אש קודש, הגבהת הכוס: נכד רבינו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
נאך קידוש האט דער רבי געווינקן אז יעדער זאל מאכן קידוש.
תיכף נאך מגיד האט דער רבי געזאגט דעם הנני מוכן פאר מצוות סיפור יציאת מצרים באש קודש, אויפגעדעקט די מצה, און פארגעזאגט דעם גאנצן סדר ההגדה ברגש ובנעימה.
פאר מה נשתנה האט דער רבי צוזאמגעקלאפט די הענט כף על כף כמנהג אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א ע"פ מנהג בעלזא.
ביי מה נשתנה האבן געפרעגט די קשיות אויף אידיש אלע אייניקלעך צוזאמען, ביי די מכות האט דער רבי אראפ געגאסן וויין פונעם בעכער כנהוג, און תיכף געהייסן ארויס טראגן.
נאכן צווייטן כוס האט דער רבי אויסגעטוהן דעם טלית, דער רבי האט זיך געוואשן און געזאגט דעם לשם יחוד וברכת המוציא און על אכילת מצה ברגש קודש און געגעסן די כזיתים מצה און שפעטער די כזיתים ביי מרור און כורך מיט א דביקות.
ביי שלחן עורך האט דער רבי געגעסן די איי פון די קערה, און תיכף געהייסן אריינברענגן דעם אפיקומן און דאס געגעסן פאר חצות מיט א ברען , דער אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן כנהוג, דורך נכד רבינו הב' יחזקאל שרגא ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א. נאך ענדיגן דעם אפיקומן, האט דער רבי צוגעווארט מען זאל סערווירען דעם גאנצן סעודת יו''ט פאר אלע מסובין, און דער רבי האט דערווייל מעיין געווען אין פארשידענע הגדות.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס כנהוג.
מען האט אנגעגאסן דעם כוס של אליהו, דער רבי האט געזאגט תורה, און מען האט געעפענט די טיר, נאך די תפילה פון שפוך חמתך וואס האט זיך פארצויגן פאר עטליכע מינוט בהתעוררות וברגש האט מען אנגעפילט דעם רבינ'ס כוס רביעי פונעם כוס של אליהו און מען האט אראפגעשיקט שריים פאר אלע מסובין כנהוג, און דאן האט מען ממשיך געווען באמירת ההלל בהתעוררות רב ובגעגועים, ובפרט ביי פיוט פון נשמת כל חי ווי דער רבי האט מאריך געווען ברגש קודש בבכיות ובהשתפכות הנפש. נאכן סדר האט מען ממשיך געווען מיט די פיוטים און זמירות ונגוני יו''ט. מען האט געענדיגט ארום 3:45, און דער רבי איז ארויף בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געזאגט שיר השירים מיט א דביקות ברגש קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
