נעכטן מיטוואך פארנאכטס זענען אלע יתומים פון קהילתינו הק' אריין בקודש פנימה ביי כ"ק אב ורועה נאמן מרן רבינו הגה"ק שליט"א אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש, ווי די רבי האט משמיע געווען דב"ק ודברי התחזקות און דערנאך פארטיילט פאר א מתנה פאר אלע יתומים 'געבענטשטע שמורה מצות' און א 'הגדה לב אהרן' וספר 'אמרא טב"א'.
