בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגא' ניסן תשפ"ו3/19/2026

באריכט
דאנערשטאג ויקרא - ר"ח ניסן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט די ניינטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצוה עשה שהזמן גרמא אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה, און סוף ממשיך געווען מיט דברי הכנה לקראת יו"ט פסח הבעל"ט זיך צוצוגרייטן צום יו"ט פסח מיטן לערנען חסידישע ספרים, מען זאל נישט אריינפאלן אינעם סדר נאכט, נאר פארשטיין אלע מצות החג, און מעורר געווען אויסצוניצן די ימי בין הזמנים איבערצוחזר'ן די לימודים פון די זמן החורף און זיך צו פירן בהנהגה טובה וישרה ווי עס פאסט פאר א תלמיד הישיבה, און ארויסהעלפן אין שטוב לכבוד פסח וכו', און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די חתנים וועלכע פארלאזן שוין די ישיבה, און פאר אלע תלמידי הישיבה.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל סיום הזמן, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה.

אין די נאכמיטאג שעות איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הגה"צ ר' יהושע כ"ץ שליט"א אבד''ק מאגרוב, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע שאלות בעניני כשרות און דערביי האט דער רב שליט"א אויסגעדריקט זיין התפעלות איבער די פילע חומרות והידורים אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק' נאכן באקן היינט מצות אינעם בעקעריי, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבה קטנה באבוב 45 פון ב"פ אינאיינעם מיט הרה"ג ר' אשר מנחם אייכנשטיין שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים און משמיע געווען דב"ק חיזוק ללימוד התורה, און דערנאך זענען די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש און דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' אשר מנחם שליט"א, און דערביי האט דער רבי ארויסגעברענגט לשבח פון חותנו האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועלכע טוט כסדר פארלערנען שיעורים בישיבתו, און געבעטן איבערצוגעבן א פריסת שלום וברכת מז"ט פאר חותנו האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א לרגל שמחת נשואי נכדיו למז"ט.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו און הרה"ח ר' ליפא שעהנברוין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל ברד"ל יאקאבאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' שניאור זלמן גרינפעלד הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
- הרה"ח ר' בערל טעללער הי"ו און הרה"ח ר' יונתן בלייער הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה.

נאך די חופה ביי אולם כינור דוד איז דער רבי אראפ אין ביהמ"ד בית מרדכי דקהלתינו הק' אויף א קביעות מזוזה לרגל דאס פארענדיגן פראכטפול איבערצובויען די מקוה און די חדרי התפילה, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און דערנאך ארום זיך אומקוקן אינעם גאנצן ביהמ"ד און אין די מקוה, און דערנאך אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר הרה"ג ר' שלום משה ליפשיץ שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד און פאר די חברי הנהלה ומתפללי הביהמ"ד.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:00 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ חברי וועד קרן מלמדים שע"י מוסדותינו הק' וועלכע פארטיילן דעם ריזן סכום פון צען טויזענט דאלער פאר יעדע מלמד פון מוסדותינו הק' די בכל אתר ואתר בעת נשואי צאצאיהם.
הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו יו"ר הקרן, האט איבערגעגעבן א באריכט פארן רבי'ן איבער די פעולות פונעם קרן מלמדים וועלכע האבן שוין פארטיילט דעם פאנטאסטישן סכום פון אריבער זעקס מיליאן דאלער במשך די פארגאנגענע אכט יאר וואס דער קרן שטייט שוין, און דערביי האט דער רבי ממנה געווען הרה"ח ר' לייב ב"ר שאול יחזקאל גאלדבערגער הי"ו פון קר"י צו דינען אלץ חבר הנהלת הקרן צו שטיין צו די הילף פון די ביז יעצטיגע הנהלה, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' לייב הי"ו, פאר הרה"ח ר' אהרן הערש הי"ו, און פאר די אנדערע חברי הנהלה הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א ראש המנהלים קר"י, און הרה"ח ר' דוד יושע הירש הי"ו.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הר"ר נפתלי הירצקא ברא"וו פריעדמאן שליט"א און הר"ר אשר אנשיל קארפען שליט"א.
- הרה"ח ר' שרגא חיים פעדער הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברש"א בראך הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 590