דינסטאג ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה יודא בר"מ שפיטצער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה סניף עסק התורה פון מאנסי בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שמעון ישראל ענגלענדער הי"ו.
- ב"ר פנחס איידליס הי"ו.
- ב"ר יואל בר"מ ברודא הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך איז דער רבי צוריק אריין בהיכל הביהמ"ד ווי דער רבי האט פארגעלערנט א סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא, און מסיים געווען בברכת קדשו לרגל סיום הזמן.
ארום 1:50 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט דעם זיבעטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה, מען האט געענדיגט ארום 2:30.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג איז דער רבי צו געפארן מנחם אבל זיין משפחת הרה"ח ר' יואל ברנ"י דאנא ע"ה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אהרן משה שלאגער הי"ו און ווערט אריינגעגעבן אין פלארידע, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אזוי אויך זענען אריין בקו"פ עטליכע חברי הנהלה און עסקני מוסדות יטב לב בארה"ק וואו מהאט אויסגעשמועסט פארשידענע פלענער וואס איז עומד על הפרק צו העלפן די הייליגע מוסדות וועלכע זענען אין גאר א גרויסן דעפיציט, רבינו שליט"א האט אויפגעפאדערט מ'זאל פראבירן מיט אלע כוחות מזאל שיקן גרויס געלט - אויסער די חודש'ליכע תמיכה פונעם אפיס - נאך פאר יו"ט, כדי מזאל קענען אויסצאלן די כלי קודש ברחבי ארה"ק, און האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די בעפארשטייענדע ברייטע פלענער צו שטעלן א יסוד בסיס פאר די הייליגע מוסדות.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
