בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"ח אדר תשפ"ו3/17/2026

באריכט
מאנטאג ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ג'.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד בנין אריאל אמסטערדאם ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק. נאכן ברית האט דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל ברית ובני משפחתו.

ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די זעקסטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה, מען האט געענדיגט ארום 2:45.

ארום 7:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

ארום 8:30 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען די יערליכע אסיפה דורך די חברה קדישא דקהלתינו הק', עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און די אנוועזנדע רבנים שליט"א, אזוי אויך האט דער דיין שליט"א - וואס האט זיך נארוואס אומגעקערט פון אנטווערפן - איבערגעגעבן פארן רבין א ווארימען פריסת שלום פונעם פשעווארסקער רבי שליט"א און פון קהלתינו הק' אין אנטווערפן וואו דער דיין שליט"א איז געווען אויף שבת פ' החודש.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק איבער די חשיבות פון די ארבעט פון די חברה קדישא און מעורר געווען אלעס אנצופרעגן און זיך צו פירן מיט אלע פרטים לויט די הוראות פון די חשוב'ע רבני חברה קדישא ובראשם הגאון הגדול הדומ''ץ שליט"א, און מסיים געווען בברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:45 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הר"ר אליעזר ברי"ח גרינוואלד שליט"א און הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
- הרה"ח ר' משה העניך פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שמואל בלייך הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️