בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ד אדר תשפ"ו3/3/2026

באריכט
ליל פורים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 6:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' יעקב קאפיל שעהנברוין הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' יו"ט יאזשעף הי"ו.
- שלישי - מפטיר: רבינו שליט''א.
- הגבה: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו.
- גלילה הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי"ו.
אום 6:50 האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב, בעל תפלה: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.

נאך מעריב האט דער רבי אנגעטוהן א טלית שאולה און איז ארויף אויפן באלעמער, וואו מען האט אויסגעשפרייט די מגילה כאיגרת.
דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד און געמאכט די ברכות באש קודש און געליינט די מגילה מיט גרויס התעורורות און השתפכות הנפש. מען האט אנגעהויבן קריאת המגילה אום 7:15 מען האט געענדיגט אום 8:12.

ביים אויספאסטן בביתו נאוה קודש האט דער רבי טועם געווען פון קינדל, נאנט און המן טאשן כנהוג אום פורים.

ארום 10:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול. דער רבי האט געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט.
במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע לעבעדיגע ניגונים, און געטאנצן בשמחה וחדוה לכבוד פורים, און דער רבי האט משמיע געווען דריי מאל דברות קודש.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען.
- אשר הניא: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
- שושנת יעקב: הרה''ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.

ערשטע דב''ק אויפן מדרש 'כיון שמת משה במדבר לפיכך יתלו את המן' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ארץ ישראל מוחזקת לנו מאבותינו, מען האט ממשיך געווען מיט לעבעדיגע ניגונים און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע התלהבות.

צווייטע דב"ק אויפן פסוק 'ובבואה לפני המלך' און געטייטשט אז כלל ישראל האט אין אלע מצבים במשך די לאנגע ביטערע גלות אלץ געדאנקט הקב"ה אויף אשר בחר בנו מכל העמים טראץ די שווערע צרות וואס מען איז אריבער אין אלע דורות.

דערנאך האט אויפגעטרעטן דער פורים ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א מיט דברי בדחנות און חרוזים לכבוד פורים, מען האט ממשיך געווען צו זינגען אם על המלך טוב און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן.

דריטע דב"ק אויפן פסוק 'על כן קראו לימים האלו הפורים' און געטייטשט אז אסתר המלכה האט מעורר געווען מידת קל און מיט דעם ממתיק געווען די דינים.

דערנאך האבן די גבאים פון חבורת 'לגיון של מלך' איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א די ספר מיט די נעמען פון די בחורים פון אלע סאטמארע ישיבות איבער דער גארער וועלט וואס האבן זיך מקבל געווען קבלת טובות בנוגע טעכנעלאגיע, דער רבי האט מעיין געווען פאר א לענגערע צייט בשעת דער עולם האט געזינגען ניגוני התעוררות.

- ברכת המזון: הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:45, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.

דינסטאג כי תשא - יום הפורים

דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 10:00.
- בעל תפילה: ר' צבי אלימלך פריעד הי"ו.
- פתיחה: הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א.
- כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו (וומסב''ג).
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: ר' ישי גאלדבערגער הי"ו.
- גלילה: נכד רבינו הב' אלימלך אשכנזי ני"ו בן הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב.

נאכן ליינען איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אנגעטוהן תפילין דר"ת.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען און איז ארויף אויפן באלעמער וואו מ'האט אויסגעשפרייט די מגילה כאיגרת.
דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד און מקיים געווען דעם מנהג פון מחצית השקל, און דערנאך געזאגט דעם לשם יחוד און געזאגט די ברכות באש קודש און אנגעהויבן ליינען די מגילה מען האט געענדיגט דאווענען ארום 12:20.

אויפן וועג ארויס פון ביהמ"ד האט רבינו שליט"א געגעבן מתנות לאביונים פאר הרה"ח ר' בערל פאלקאוויטש הי"ו מנהל תומכי שבת.

בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מקיים געווען די מצוות היום משלוח מנות ומתנות לאביונים, און זיך געוואשן צו די ערשטע סעודה לכבוד היום.

אנגעהויבן פון 3:15 האט רבינו שליט''א אויפגענומען דעם ציבור לברך ולהתברך ביום הפורים ביז אום 5:30, ווי עס האבן זיך געשלענגלט לאנגע רייעס פון הונדערטער אנ"ש זקנים עם נערים, רבינו שליט"א האט יעדעם אנגעווינטשן און געבענטשט בברכת הקודש.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאוונט מנחה בביתו נאוה קודש. בעל תפילה: הר"ר יואל וויינבערגער שליט"א.

ארום 6:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום סעודת משתה היין אין ביהמ"ד הגדול, און זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום.
נאך די כזית חלה האט דער רבי געזאגט א לשם יחוד לקיים מצוות לבסומי בפוריא, און געמאכט א בורא פרי הגפן און געטרונקען דעם ערשטן כוס וויין לכבוד היום און געוואונטשן לחיים, און נאך די פיש האט דער רבי געטרינקן דעם צווייטן כוס וויין.
אין די זופ איז געווען קרעפלעך כנהוג, און נאך די זופ האט דער רבי געטרינקען דעם דריטן כוס וויין און געוואונטשן לחיים, ביי די פלייש האט מען אויפגעגעבן א העלזל כנהוג, און נאך די פלייש און קוגל האט דער רבי געטרינקען דעם פערטן כוס וויין און געוואונטשן לחיים.

במשך די סעודה האבן די בעלי מנגנים געזינגען מערערע ניגוני דביקות והתעוררות, וניגוני שמחה וחדוה בשעת דער רבי הייבט דעם ציבור און זיך עטליכע מאל אויפגעשטעלט טאנצן אין פייערדיגע ריקודים, און מעודד געווען דעם גאנצן ציבור.

במשך דעם טיש האט רבינו שליט''א משמיע געווען 8 מאל דב''ק.
ערשטע תורה אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי' און געטייטשט אז יעדער איד איז מתפלל אז מען זאל ניצל ווערן פונעם יצר הרע און מען בעט 'תנתן לי נפשי בשאלתי', און דער רבי האט מאריך געווען בבכיות עצומות פאר א לענגערע צייט, און ממשיך געווען זאגענדיג עת צרה הוא ליעקב, א ישועה וואס קומט פון די צד הקדושה האט א קיום, משא"כ אויב עס קומט פון די צד הטומאה איז עס נאר א צייטווייליגע זאך, אזוי ווי מען זעט יעצט בחוש ביי די מלחמה דורך די מדינה הטמאה ווי מען זאגט יעדע מאל אז יעצט האט מען שוין מנצח געווען די שונאים אבער יעדע פאר חדשים ווערט די סכנה פון פריש, און דער רבי האט געזאגט אז די אידן אין ארה"ק געפינען זיך אין אן עת צרה און לעבן אין א פחד סיי פון די רודפים און סיי פון די מצילים און מען איז מתפלל אז זיי זאלן ניצל ווערן דורך הקב"ה אליינס.
מען האט ממשיך געווען צו זינגען והוא שעמדה און ה' הוא מלכינו און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן.

צווייטע תורה אויפן פסוק 'ובבואה לפני המלך' און געטייטשט אין די סוגיא פון נחלת יעקב ועשיו בשני עולמות און ממשיך געווען אז מען זעט אין די מגילה אז אסתר המלכה איז אריין בחצר המלך הפנימית און המן איז אריין בחצר החיצונה, דאס איז די חילוק פון א איד און א גוי, ביי א איד איז דער עיקר דאס פנימיות, דער לבוש שפיגלט אפ די פנימיות פון א מענטש און מען זעט לויט'ן לבוש פון א מענטש וואס דער מענטש איז, סיי א גאנץ יאר און אזוי אויך וויאזוי מען פארשטעלט זיך פורים, און מעורר געווען ארומרעדענדיג בגנות איבער די היינטיגע בעקיטשעס און לבושים וואס ווערט מער און מער מאדערן.

דריטע תורה אויפן פסוק 'ובבואה לפני המלך' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ארץ ישראל מוחזקת לנו מאבותינו.

דער רבי האט פארגעזינגען אדון עולם בהשתפכות הנפש, און אין עוד מלבדו און זיך אויפגעשטעלט טאנצן.

פערטע תורה אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי' און ארויסגעברענגט אז מיטן כח פון אחדות קען מען פועלן אלע ישועות און דאס איז געווען אסתר המלכה'ס בקשה לך כנוס את כל היהודים און אזוי האט מען אויסגעפועלט דעם נס פורים.

דער רבי האט פארגעזינגען דעם ניגון המקובל "לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער" צוויי מאל.

פינעפטע תורה אויפן פסוק 'אם על המלך טוב' און ארויסגעברענגט אז צו מכניע זיין דעם כח פון די קליפות קען מען אדער מיט מסירת נפש אדער דורך מצות מילה, דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון כלל ישראל אז טראץ דעם לאנגן ביטערן גלות וואס מען גייט אריבער, שרייט מען אויס ראש השנה המלך און אשר בחר בנו מכל עם און מען איז ממליך הקב"ה אויף אונז מיט מסירת נפש, דאס איז א מליצה ישרה פאר כלל ישראל אינעם יום הדין.

דער רבי האט פארגעזינגען 'האדרת והאמונה' און געפרעגט פון זקני אנשי שלומינו ווער עס געדענקט ווען מען האט דאס געזינגען ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א.
דערנאך האט דער רבי מקיים געווען דעם מנהג פון זקינו בעל עצי חיים זיע''א צו רייכערן אום פורים און דערמיט פארברענען די קליפות אינעם רויעך, דער רבי האט געזאגט א טעם דערויף וויבאלד שריפת הקליפות וואס ענדיגט זיך ערב פסח הייבט זיך אן ביום הפורים.

דער רבי האט פארייכערט א ציגאר, און דערנאך איבערגעגעבן פאר הרה"ח ר' ידידי' קלאגסברוין הי"ו עס איבערצוגעבן פאר אביו הרה"ח ר' שלמה משה הי"ו.

דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט די זעקסטע תורה אז כלל ישראל האט סיי א אנדערע נשמה ווי א גוי און סיי א אנדערע גוף פון א גוי וויבאלד עס איז פארבינדן מיט די גווילים פון א ספר תורה, במילא אפילו אויב די דאקטורים זאגן אויף א מחלה אז עס איז נישט דא קיין רפואה אויף דעם, איז דאס נאר ביי די גוים אבער ביי אידן איז יא דא א רפואה אויף אלע מחלות, און דער רבי האט אנגעוואונטשן א רפואה שלימה פאר אלע חולי ישראל.

זיבעטע תורה אויפן מאמר חז"ל 'עיניהם של עניים נשואות למקרא מגילה' און געזאגט אז דאס איז אנטקעגן די ע' פון וכל אשר לרעך פון די עשרת הדברות, און מאריך געווען בשבח פון קופת אבני חסד וועלכע פארטיילן שטריימלעך פאר אידן, און דערביי מכבד געווען אלע וואס טראגן די נאמען 'יעקב' זאלן ארויפגיין אויפן טיש צוזאמנעמען געלט פונעם ציבור לטובת קופת רבינו 'קופת אבני חסד'.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די אכטע דב"ק און ארויסגעברענגט אז צדקה איז מטהר דעם אויר און אזוי איז דא קבלת התפילות, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן באש קודש אויף 'אחכה לו' פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט מען אריינגעברענגט קרויט כנהוג, דער פורים ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א איז ארויף אויפן טיש און פארגעזינגען דעם ניגון המקובל פונעם הייליגן קדושת לוי זיע''א 'רבש"ע לאמיר מאכן א בייט'.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען.
- אשר הניא: הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד.
- שושנת יעקב: הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א,
דערנאך האט הרה"ג ר' מאיר אליעזר שליט"א ממשיך געווען מיט דברי התעוררות בעניני קרי"ש בזמנה וכתיקונה.

מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי צוריק אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מעריב, בעל תפילה: הר"ר הערשל קאהן שליט"א, מען האט נישט געזאגט ברוך ה' לעולם כנהוג, מען האט געענדיגט ארום 12:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️