דאנערשטאג תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף זרע קודש בהנהלת הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר קלמן אליעזר שמעא הי"ו.
- ב"ר יצחק נתן גאנדל הי"ו.
- ב"ר ארי' ב"ר מרדכי הערשקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און ביים ליינען עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל המנהל שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן מנהל, זיידעס, בר מצוה בחורים, און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק בעניני פורים און ממשיך געווען מיט הכנה צום יו"ט און מסיים געווען בברכת קדשו.
אויפן וועג ארויס איז דער רבי אראפ צו ביהמ"ד רב טוב ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי די שמחה זאל וועלכע ווערט געבויעט לטובת די מתפללי הביהמ"ד.
נאכמיטאג ארום 2:00 איז דער רבי אריבער צום בית החיים ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען א לענגערע צייט הרה"ח ר' אברהם יושע גראס הי"ו ובני משפחתו היושב ע"פ אשתו ע"ה.
דערנאך איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דברי הדרכה והכנה לכבוד יו"ט פורים הבעל"ט פאר די תלמידי הישיבה פון אלע סניפים, דער רבי האט א לענגערע צייט אויסגעשמועסט פילע פרטים בנוגע די לבושים, נגינה, און התנהגות אום יו"ט פורים, און גערעדט בשבח פון קופת אבני חסד וועלכע צאלן אויס די שטריימלעך פאר רוב חתנים, און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל דאנא הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ג'ברא הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' הלל ראזענבערג הי"ו און הרה"ח ר' יעקב וויזעל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ די תלמידים פון מוסד המספיק וועלכע זענען אויפן וועג צו א שבת התוועדות וועלכע קומט פאר אין המספיק רעזארט, די קינדער זענען אריבער אפנעמען ברכת הקודש און דער רבי האט פארטיילט ממתקים פאר אלע קינדער, דערנאך האט דער רבי ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו פאר די איינגעשטעלטע פונעם מוסד.
ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הר"ר שניאור זלמן פערלמוטער שליט"א און הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א.
- הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א און הרה"ח ר' וואלף רעטעק הי"ו.
אויך זענען אריין בקו''פ עסקני קבוצת אנ"ש אריזאנע אינאיינעם מיט הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו מאנסי וחבר וועד הרוחני, און דער מייסד היישוב הרב יושע רובין שליט"א, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די אסיפת אריזאנע וועלכע איז פארגעקומען אין וומסב''ג אין די פארגאנגענע וואכן און דערביי איבערגעקוקט בקורת רוח נייע אפליקאציעס פון אינגעלייט מחשובי אנ"ש איבער ניו יארק וועלכע פלאנירן זיך אהינצוציען, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פרייזן פון די דירות און די פרנסה ערמעגליכקייטן און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00, און נאך מעריב געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
