דאנערשטאג תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' יעקב שמחה שעהר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' אלי' בלייך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור בן הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד שכונת זרע קודש.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.
ארום 5:30 איז דער רבי אנגעקומען אין מאנסי צום מעמד קביעות מזוזה וחנוכת הבית פאר בית מדרשינו החדש 'לב אהרן' בשכונת וועסט מעיפל, נדבת הרבני הנגיד ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו.
דער רבי איז אריין אינעם אינטערשטן שטאק ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די פראכטפולע מקוה, חדרי התפילה, בית הוראה, און די שמחה זאל וואס איז געבויעט געווארן פאר די תושבי השכונה, און דאן ארויף צום אויבערשטן שטאק און קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג.
דערנאך איז דער רבי אריין בהיכל הביהמ"ד ווי דער רבי האט צום ערשט געדאווענט מנחה, בעל תפילה: ר' בערל ראזענפעלד הי"ו.
נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט א סיום כתיבת ספר תורה דורכן נדבן ופטרון הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' הערשל הי"ו און איז אריינגעגעבן געווארן דעם שב"ק בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות פאר א לענגערע צייט, מען האט אריינגעברענגט די ספר תורה און דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, פארן נדבן הביהמ"ד ובני משפחתו, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן מדרש 'בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה' און ארויסגעברענגט אז יעדע ביהמ"ד פארמאגט קדושת ארץ ישראל, און ממשיך געווען בשבח פון קהלתינו הק' אין מאנסי מיט אירע פילע בתי מדרשים און ערליכע בעלי בתים, און דאס נייע ביהמ"ד וועט אי"ה זיין א שיינע רינגעלע אינעם קייט פון קהלתינו הק', און מאריך געווען בשבח פונעם חשובן נדבן הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' הערשל הי"ו וועלכע האט אויפגעשטעלט אזא שיין ביהמ"ד, און דאס איז חוץ זיינע פילע פעולות לרומם קרן קהלתינו הק', און זיינע פילע פעולות לטובת די ישיבות קטנות אין מאנסי ווי מען בויעט יעצט א נייעם בנין פאר די ישיבות, און דער רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און דערנאך ממשיך געווען מיט ההדרכה פאר אנ''ש זאגענדיג אז מאנסי איז א עיר רבתי, רבתי בעם ורבתי בדעות, און מעורר געווען נאר צו דאווענען אין אונזערע בתי מדרשים און שיקן אין אונזערע ישיבות און אזוי זיך קענען האלטן בהשקפה הטהורה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה מיט די ספר תורה און געטאנצן מיט די אפענע ספר תורה א לענגערע צייט, מיט גלילה איז מכובד געווארן אביו הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער הי"ו.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיט די ספר תורה פאר א לענגערע צייט, און מכבד געווען הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, דער נדבן הרבני הנגיד ר' הערשל הי"ו, אביו הרה"ח ר' מענדל הי"ו, און מּחמיו הרה"ח ר' נפתלי שעהנפעלד הי"ו, צו טאנצן מיט די ספר תורה.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי מכבד געווען דער נדבן צו קובע זיין א מזוזה אויף איינע פון די טיהרן. מען האט געענדיגט ארום 7:00.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א ביקור גומלין ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק שיפף הי"ו יו"ר הנהלת מרכז עזרה ויעוץ בארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די ביטערע מצב פון גזירת גיוס בני ישיבות בארה"ק, האדמו"ר מבוהוש שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.
ארום 7:30 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר"י.
ביים אנקומען אין קר"י האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף מאסרי הי"ו און הרה"ח ר' יוסף סרוגא הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:00 ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף שב"ק בשכונת חתם סופר אין מּקר"י המורחבת, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית טשערנאביל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה הר"ר יצחק טווערסקי שליט"א און הר"ר לייבוש טייטלבוים שליט"א בן /חתן הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון בתו /בנו וועלכע קומט פאר דעם מאנטאג תצוה אין שיכון סקווירא און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקו''פ הרה"צ רבי מאיר איתמר ראזענבוים שליט"א בן האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר דעם מאנטאג תצוה אין לעיקוואד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' הערש אלימלך קליין הי"ו און הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו.
- הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א און הרה"ח ר' משה ברי"ש ווייס הי"ו.
אויך זענען אריין בקו''פ חברי וועד הקריאה שע"י חומת העיר, הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ דינוב קר"י ומו"ץ בקהלתינו הק', הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א, הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א, הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א, און הרה"ח ר' יוסף משה גלאנץ הי"ו, דער רבי האט געהערט א לענגערע באריכט פון די פעולות הוועד און אויסגעשמועסט פילע הוראת והדרכות און מאציל געווען מברכות הקודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
