שב''ק פרשת משפטים - שבת שקלים - מברכים חודש אדר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים. - החתן משה נחמן ב"ר ישראל שמחה לאנדא הי"ו. - החתן משה יודא בן הר"ר שלמה אלעזר שפילמאן שליט"א. - החתן יצחק דניאל ב"ר יוסף חביב מאסרי הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 6:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר שלמה אלעזר שפילמאן שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 7:40. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. - אשת חיל: נכד רבינו הב' יואל ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. - הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"צ ר' ברוך האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה''ק שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. - כל מקדש: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א. - מנוחה ושמחה: הר"ר שמעון שישא שליט"א (ירושלים).
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וכי יזיד איש' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ו' להוסיף או ו' לחלק.
- קה אכסוף: הרב מענדל הערש פאנעט שליט"א (סטעטן איילענד). - ברכת המזון: הרה"צ ר' ברוך האגער שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק הטורי זהב זיע''א וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג כ"ו שבט, און ממשיך געווען מיט סיפורים פון זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע לרגל די הילולא קדישא מאנטאג כ"ט שבט.
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו (וומסב''ג). - אור פניך לכבוד שבת שקלים: הרה"ג ר' יוסף אשר זילבערשטיין שליט"א מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג, און דער רבי האט עס געזינגען בהתעוררות רב ובבכיות. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. - אז ביום השביעי: הרה"ח ר' זלמן לייב פריינד הי"ו (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 12:00.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:25. - ברכות: הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו. - פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א, מו"ץ. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית ויוצר, און מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' הערשל מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג) און הרה"ח ר' שמואל יודא קליין הי"ו. - פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו. - הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' יושע הערש פריינד הי"ו (וומסב''ג) און הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו.
עליות. - כהן: הרה"ח ר' יצחק פנחס גלאנצער הי"ו. - לוי: החתן מנחם זאב בן הרה"ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט"א - באווארפען. - שלישי: הרה"צ ר' ברוך האגער שליט"א. - רביעי: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו. - חמישי: החתן משה יודא בן הר"ר שלמה אלעזר שפילמאן שליט"א - באווארפען. - שישי: החתן אלעזר בן הר"ר אשר אנשיל ווייס שליט"א - באווארפען. - שביעי: החתן יצחק ב"ר משה יודא הירש הי"ו - באווארפען. - הוספות: החתן חיים הערש ב"ר יושע וואלף מיטטעלמאן הי"ו - באווארפען. - החתן ישראל ב"ר יואל אלכסנדר שטערן הי"ו. - החתן גדלי' ב"ר אליעזר הערש ניימאן הי"ו. - החתן מנחם משה בן הר"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א. - אחרון: החתן משה נחמן ב"ר ישראל שמחה לאנדא הי"ו - באווארפען. - הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט"א, מו"ץ. - גלילה: הרה"ח ר' שמואל אהרן זינגער הי"ו. מפטיר - קריאת פרשת שקלים: רבינו שליט''א, דער רבי האט געזאגט א לשם יחוד און געליינט די קריאה בהתעוררות רב.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: - ר' יחיאל שלמה שטערן הי"ו - ר' משה ברח"א יאקאב הי"ו. - ר' מענדל מערץ הי"ו. - ר' שמשון מיטטעלמאן הי"ו.
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו. - גלילה: הרה"ח ר' מאיר יצחק ווייס הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות, אין צוגעגאנגען צו תפילת מוסף לכבוד שבת שקלים, און מען האט געזינגען ביי די פיוטים כנהוג בהתעוררות רב.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יחזקאל יואל סאמעט הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:55.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:05. - בעל תפילה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו. - הוצאה והכנסה: הר"ר שלום יוסף סאמעט שליט"א. - כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו. - לוי: הר"ר שמעון שישא שליט"א. - שלישי: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו. - הגבה: רבינו שליט''א. - גלילה: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. - אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. - שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די קריאה פון פרשת שקלים 'זה יתנו כל העבר על הפקדים מחצית השקל בשקל הקדש' און געטייטשט אז דורך תשובה און לימוד התורה איז מתקן סיי די עצם עבירה און סיי אז אין די צייט וואלט מען געקענט מקיים זיין א מצוה, און מעורר געווען אז יעצט בסיום ימי השובבי"ם דארף מען זיך מקבל זיין א קבלה טובה אויף להבא צו נזהר זיין פון אן עבירה בדיבור במעשה ובמחשבה און עוסק צו זיין בלימוד התורה.
- ידיד נפש: הגה''ח ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א. - קל מסתתר: הרה"ח ר' זלמן הערש הירש הי"ו (וומסב''ג). - שושנת יעקב: הרה"ח ר' יואל אלכסנדר שטערן הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א כ"ט שבט. נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור אינאיינעם און אנגעוואונטשן מען זאל זיך בקרוב זען געזונטערהייט, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה מיט כי מלאכיו און קה זכות אבות לרגל די נסיעה קיין עיר האבות סיגוט יע"א און דערנאך קיין מאנטשעסטער.מען האט געענדיגט ארום 8:30.
נאך הבדלה זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה מתלמידי ישיבתינו הק' ישיבה גדולה ויואל משה פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שב"ק בצל הקודש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
דערנאך זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה מקור חיים פון לעיקוואד וועלכע האבן געוויילט אויף שב"ק בצל הקודש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.