בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגכ"ו שבט תשפ"ו2/13/2026

באריכט
פרייטאג ערש''ק משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 5:20 באשמורת הבוקר איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום "מעמד בקשת רחמים ואמירת כל ספר תהילים" לרגל די ימי השובבי"ם, בעל תפילה איז געווען הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב. מען האט געענדיגט ארום 7:10, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט ישיבה קטנה סניף מעיין התורה פון ב''פ בהנהלת הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט''א.
ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אפרים פישל ברי"י פריינד הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן מנהל ורמ"י הישיבה, פארן בר מצוה בחור, און פאר אלע תלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אויפן מדרש 'נתקשה משה במחצית השקל הראה לו הקב"ה מטבע של אש' און ארויסגעברענגט אז ווען מען טוט א מצוה מיט א ברען ובהתלהבות אש האט עס א גרעסערע חשיבות ביי הקב"ה, און מעורר געווען די בחורים צו דאווענען מיט א ברען און טוהן אלע מצוות בהתלהבות אש, און ממשיך געווען מיט הכנה צום יו"ט פורים הבעל"ט און מסיים געווען בברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 552