דאנערשטאג משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה הלל גליק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל חיים אברהם בער לעבאוויטש הי"ו.
- ב"ר חיים יעקב מרדכי זופניק הי"ו.
- ב"ר אברהם מאיר יעקב פאלאטשעק הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 3:50 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול צום "מעמד יום האיחוד" פון די קרוב צו טויזענט תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה קטנה פון מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק.
דער רבי האט געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד, און נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן בימת הכבוד פארנט פונעם ארון הקודש, מען האט געזינגען עטליכע ווארימע ניגונים און איינער פון די בחורים האט פארגעזינגען חרוזים, דערנאך האבן די מנהלים איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א מנחת ביכורים א קוויטל כוללת מיט די נעמען פון אלע בחורים מיט די טויזענטער שעות רציפות וועלכע זענען געלערנט געווארן במשך די ימי השובבים העעל"ט, דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש והדרכה, התחזקות ללימוד התורה, און ארומגערעדט איבער וויאזוי א חסידישע בחור דארף זיך פירן און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די בחורים וואס האבן זיך אויסגעצייכנט מיט שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט, דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן געבענטשטע מטבעות פאר די מנהלים אפצושיקן צו פארטיילן פאר די תלמידי כתה מכינה לישיבה פון ארה"ק און אייראפע. מען האט געענדיגט ארום 5:20.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' מרדכי יחזקאל לעווי הי"ו און הרה"ח ר' יואל צבי הירשפעלד הי"ו.
- הרה"ח ר' שלמה הערש ברא"י עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' שמעון יצחק פילאפף הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הר"ר שמעון שישא שליט"א ראש המצילים אינערהאלב מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל משמד הגיוס, וועלכע געפינט זיך יעצט אין אמעריקע צוליב א משפחה ביקור חולים באזוך, אינאיינעם מיט עטליכע עסקני מרכז עזרה ויעוץ פון אמעריקע.
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לעצטערע אנטוויקלונגען בנוגע די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות אין ארה"ק ווי פילע בחורים ווערן ארעסטירט וועכענטליך, און מאמענטאל געפינען זיך קרוב צו הונדערט טויזענט! בחורים און אינגעלייט אין א מצב פון משתמטים און קענען האבן פראבלעמען טאג טעגליך, דער רבי האט ארויסגעברענגט די ווייטאג איבער די וואס ווילן מאכן פשרות בנוגע די גזירה וואס דאס ברענגט אריין א קאלטקייט און א הכשר ביי די שוואכערע בחורים, און דאס ברענגט אז ליידער שטעלן זיך פילע בחורים פון אלע קרייזן צום טמא'נע מיליטער ה"י, דער רבי האט שטארק מחזק געווען די פעולות לטובה פונעם מרכז און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
