דינסטאג משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר חיים הערש ווייס הי"ו. - ב"ר יואל ב"ר אברהם פריעדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ג', און דער רבי האט ארומגערעדט איבער די חשיבות פון אמירת תהילים ולימוד התורה בימי השובבי"ם. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 8:20 איז דער רבי צום ערשט ארויף אויף א מסיבת לחיים אין שטוב פון הרה''ח ר' יקותיאל אהרן דוד ווייס הי"ו לרגל נשואי בנו למז"ט, דערביי האט ער מנדב געווען א גרויסע סכום לטובת א מקוה טהרה החדש דקהלתינו הק' וועלכע ווערט יעצט געבויעט בשכונת סאוט אכט אין וומסב''ג. עס זענען אנוועזנד געווען הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א און הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן בשכונת סאוט אכט אין וומסב''ג. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני נשואין און איבער הרחבת גבולי קהלתינו הק' אין לינדען. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
פון דארט ארום 8:45 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון גינת אסתר צו די שמחת התנאים פון נכד רבינו החתן הרב יואל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א ר"מ בישיבה קטנה סניף אהבת התורה וומסב''ג. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די זיידעס און רבנים אויפן אויבנאן, מסדר געווען די תנאים, און מכבד געווען די עלטער זיידע הגה"צ אבד"ק פאשקעוויץ טשענסקאוויץ שליט"א צו ליינען די תנאים. - עדי תנאים: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו און ר' יצחק הערש מיטטעלמאן הי"ו. - ערב קבלן מצד החתן: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו. - ערב קבלן מצד הכלה: הרה"ח ר' אלי' לייב ראזענבערג הי"ו. מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, ארום 9:15 האט דער רבי פארלאזט די זאל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה כנהוג.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:25 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' יצחק צבי סופר שליט"א מרבני ראכמיסטריווקא מקבל זיין ברכת הקודש אין באגלייטונג פון בנו הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.