בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ב שבט תשפ"ו2/9/2026

באריכט
מאנטאג משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר בעריש שטערן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, דערביי האט דער רבי פארטיילט שליח מצוה געלט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די תלמידי הישיבה לרגל דאס אפרייזן צו די מקומות הקדושים אין אייראפע.

ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אליעזר הערש ניימאן הי"ו און הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הר"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א און הר"ר שלום יוסף סאמעט שליט"א אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הר"ר ישראל דוד וואגשאהל שליט"א און הרה"ג ר' יצחק אשר ישעי' לייפער שליט"א מחוסט נדבורנא קר"י, אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 1:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:15 איז דער רבי אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל בר"א גוטמאן הי"ו און הרה"ח ר' משה יוסף דוב סימאן הי"ו.
- הרה"ח ר' שלום משה פעלדמאן הי"ו און הרה"ח ר' יודא בר"פ שעהר הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מבוהוש שליט"א וועלכע געפינט זיך אין די יעצטיגע טעג אין קר"י להחזקת מוסדותיו בארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 467