מאנטאג יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אליעזר יחזקאל שווימער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. און ביים ליינען עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק י"א.
בחדרו הפרטי זענען אריין בקו''פ הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א ראש המנהלים קר"י אינאיינעם מיט עטליכע מנהלים פון די ישיבות קטנות און האבן איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א די קבלת טובות פון הונדערטער בחורי ישיבה קטנה בעניני טעכנעלאגיע, דער רבי האט א לענגערע צייט איבערגעקוקט די קבלת טובות מיט א שטארקע קורת רוח און מאציל געווען מברכת קדשו.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.
שמחת החתונה פון הכלה נכדת דור רביעי פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
בת לנכדו הר''ר חיים הערש טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק ב''פ שליט''א, וחתן האדמו"ר ממאשלוי שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש.
עב"ג החתן הרב יעקב יצחק ראטענבערג שליט"א בן הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א אבד"ק פינטשוב.
ארום 2:45 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג, ביים אנקומען איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.
ארום 5:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג אין ביהמ"ד הגדול ווי דער דער רבי האט געדאווענט מנחה.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו.
נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי רבינו שליט"א ביום החופה.
דערנאך ארום 5:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול. מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און בדחנא דמלכא הרב מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה און די דערהויבענע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען ווארעמע דברות קודש און מעורר געווען זכות אבות, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן פארן חתן, מחותנים, פאר די חשובע זיידעס, און דערמאנט די עלטער זיידעס הגה"צ ב"פ רב שליט"א לרפו"ש, און כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
מען האט מסדר געווען די כתובה. עדי כתובה: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ, און הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ישמח משה.
דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון אפריון ווי דער רבי האט געבענטשט די חתן.
ארום 6:55 איז רבינו שליט''א ארויסגעקומען צום מעמד החופה פארנט פון בית מדרשינו הגדול במעמד אלפי אנ''ש.
מיט סידור קידושין האט רבינו שליט''א מכבד געווען מחותנו האדמו"ר ממאשלוי שליט"א
- קריאת הכתיבה: דער זיידע הגה"צ רבי וועלוול אנפאנג שליט"א.
- ברכות ראשונות: כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, עלטער פעטער פון די חתן.
- ברכה אחריתא: האדמו"ר מדאמבראווא שליט"א, עלטער פעטער פון די חתן.
- עדי קידושין: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א און הרה"ג ר' אברהם חיים מאטצען שליט"א.
- עדי יחוד: הר"ר הערשל טעללער שליט"א און הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א.
נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס און מחותנים.
נאך די חופה האט זיך דער רבי באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, און דערנאך צוגעגאנגען אנוואונטשן פאר די עלטער זיידעס גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א לרפו"ש, און מחותנו כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש, וועלכע זענען געזיצן אין די קאר נעבן די חופה.
ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מעריב אין היכל תהילות יהוסף,
בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
נאך די חופה איז פארגעקומען די סעודת החתונה בהיכל ביהמ''ד הגדול בראשות הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א אינאיינעם מיט די זיידעס און מחותנים שליט"א ווי מען האט א לענגערע צייט געזינגען ניגוני שמחה והודאה און דער רב שליט''א איז ארומגעגאנגן צווישן ציבור אפנעמען מזל טוב און געטאנצן מיט די זקני אנ''ש און אהבת קדומים.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ארום 9:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום סעודת החתונה אינעם זאל בהשתתפות אלופי אלפי אנ''ש, דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התרגשות און שמחה, און דערנאך זיך געוואשן צום סעודת החתונה.
ארום 9:30 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן, און מכבד געווען די מחותנים און זיידעס הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצן מיטן חתן.
ביי די סעודה האבן זיך משתתף געווען האדמורי"ם החשובים קרובי המשפחה.
- כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א.
- כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א.
- כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א.
- כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א.
- כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א.
- כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא אקוויין שליט"א,
דער רבי האט זיי מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און מכבד געווען צו טאנצן מיטן חתן און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.
דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 10:15, און אהיים לביתו נאוה קודש
בביתו נאוה קודש זענען אריבערגעקומען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א און הרה''צ ר' יעקב יוסף טווערסקי שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א וואונטשן א ברכת מזל טוב לרגל די שמחת החתונה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 11:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו ברכת המזון און מצוה טאנץ.
- ברכת המזון: הרה"ג ר' מאיר ראטענבערג שליט"א.
- ברכות ראשונות: הגה"צ רבי זלמן לייב וואגשאהל שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק וואודיסלוב זצ"ל.
- ברכה אחריתא: הגה"צ רבי יעקב אלחנן ראטענבערג שליט"א אבד"ק וואודיסלוב.
דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות בהשתפכות הנפש ובבכיות של שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, וכל העם הנאספים, און דערנאך אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש ובהרגש קודש א לענגערע צייט.
דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיטן חתן, מיט נכדו המחותן הר''ר חיים הערש שליט"א אינאיינעם מיטן חתן, און ארויס אין א עקסטערע ריקוד מיט בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, און דערנאך מיט בני משפחתו און מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א.
דערנאך האט מען אויסגערופן דער זיידע הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און דער רב שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודים לפני הכלה מיט גרויס התרגשות און שמחה, און דערנאך געטאנצן מיט אביו מרן רבינו שליט"א און מיט בני משפחתו פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט מען אויסגערופן די זיידעס הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א, האדמו"ר ממאשלוי שליט"א, הגה"צ רבי וועלוול אנטפאנג שליט"א. און די מחותנים דער אבי החתן און אבי הכלה שליט"א. דערביי האט דער רבי געטאנצן א לענגערע צייט מיט אלע מחותנים און זיידעס שליט"א באזונדער.
דער בדחן האט אויסגערופן חתן וכלה, מען האט געטאנצן אשת חיל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה כנהוג. דער רבי האט פארלאזט דעם זאל אום 3:15 און אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
