בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגט"ו שבט תשפ"ו2/2/2026

באריכט
שב''ק פרשת בשלח - שבת שירה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
- החתן שמואל יודא ב"ר אשר אנשיל זאלדאן הי"ו.
- החתן שמעון ב"ר חיים אפרים ווייס הי"ו.
- החתן אלימלך ב"ר יושע לייב שטיין הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: ר' שלום זאלדאן הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 7:30. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: הר"ר יצחק קויפמאן שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הרה"ח ר' אהרן משה שלאגער הי"ו (וומסב''ג).
- מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יעקב חיים דייטש הי"ו (וומסב''ג).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'הים ראה וינוס מה ראה ברייתא דרבי ישמעאל' און געטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.

- קה אכסוף: הרה"ח ר' יונתן שווארטץ הי"ו (ב"פ).
- ברכת המזון: נכד רבינו הרב פנחס מרדכי מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה"ק הפני יהושע זיע''א וואס די יארצייט געפאלט זונטאג י"ד שבט.

- קה רבון עלם: הרה"ח ר' מענדל מאיר גליק הי"ו (וומסב''ג).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' אברהם יושע עקשטיין הי"ו.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' מענדל פרענקל הי"ו.
דערנאך האט מען ממשיך געווען צו זינגען בבקעך ים סוף לכבוד שבת שירה. מען האט געענדיגט ארום 11:40.

וביום השבת

דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו פסוקי דזמרה און תפילת שחרית לכבוד שבת שירה און פארגעזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק בהתלהבות אש.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מאיר יעקב ווייזער הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יודא משה געלב הי"ו (מאנטרעאל).
עליות:
- כהן: החתן דוד יושע ב"ר עזריאל יודא כ"ץ הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
- שלישי: החתן שמעון ב"ר חיים אפרים ווייס הי"ו - באווארפען.
- רביעי: החתן שמואל יודא ב"ר אשר אנשיל זאלדאן הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן וואלף ב"ר עמרם יצחק וויינשטאק הי"ו - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' שאול סאנדער הי"ו.
- ר' יעקב יואל סאפדי הי"ו.

- שביעי: החתן יקותיאל מנשה ב"ר ישכר בעריש פריעד הי"ו.
- הוספות: החתן יודל ב"ר משה מאיר דוב גליק הי"ו.
- החתן אפרים ב"ר יוסף חביב באסול הי"ו.
- אחרון: החתן הערשל ב"ר יקותיאל אהרן דוד רובינשטיין הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' עמרם יצחק וויינשטאק הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' שלמה זלמן שווארטץ הי"ו.

- מוסף: הרה"ג ר' חיים משה ווייסמאן שליט"א.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שלמה גבריאל ג'ברא הי"ו (ארגענטינע).
מען האט געענדיגט ארום 12:40.

ביים קידוש בביתו נאוה קודש האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת הקידושא רבא לרגל הולדת הבת אצל נכד רבינו הרב ישראל יעקב יוקל טייטלבוים שליט"א און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן זיידן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א ובני משפחתו.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:40.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים לאנדא הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' משה אליעזר כ"ץ הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו.
- שלישי: הר"ר הערשל טעללער שליט"א (וומסב''ג).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' אברהם יעקב פריעד הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' משה אליעזר כ"ץ הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויבקעו המים' און געטייטשט אז ביי יציאת מצרים איז כלל ישראל נתעורר געווארן צו תשובה דורך די דברי כבושין וואס יעקב אבינו האט געזאגט לפני מיתתו, און דאס גייט אן עד היום הזה ובפרט יעצט אין די ימי השובבי"ם ווערט נתעורר די כח התשובה פון יעקב אבינו און דאס גיבט א געלעגענהייט פאר יעדעם איינעם צו תשובה טוהן נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב מען געפינט זיך.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' דוד אהרן לאנדא הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה אליעזר כ"ץ הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:10.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️