פרייטאג ערש''ק בשלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז דער רבי אריבער אין די המספיק זאל ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר אלי' ווערטהיימער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי יודא בר"י פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - בן הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א. - בן הר"ר יונה גוטמאן שליט"א. - ב"ר שמואל דוד שאלאמאן הי"ו. - ב"ר יוסף חיים פאלאטשעק הי"ו. - ב"ר יואל שטיינבערג הי"ו. - ב"ר שלום יוסף סאמעט הי"ו. - ב"ר מנשה זופניק הי"ו. - ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו. - ב"ר אברהם אלי' דרעזדנער הי"ו. - ב"ר יושע יודא לעווי הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.