בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי' שבט תשפ"ו1/28/2026

באריכט
מיטוואך בשלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד. בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה גאלדשטיין הי"ו.

ארום 1:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אינעם ארטיגן ביהמ"ד.
נאך מנחה האבן זיך אנ''ש געזעגענט פון רבינו שליט"א, און דער רבי האט זיך באדאנקט פארן ארטיגן רב הביהמ"ד הרב שלמה אהרן דענעבוים שליט"א וואס האט צוגעשטעלט דעם ביהמ''ד און די מקוה פארן רבי'ן ולטובת אנשי שלומינו הבאים להסתופף בצל הקודש, און געשטאנען צו די הילף במשך די פארגאנגענע וואכן מיט אלע הצטרכות'ער.

ארום 2:40 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום פאלם ספרינגס אינטערנעשענעל לופטפעלד, ווי דער פריוואטער פליגער האט זיך געהויבן ארום 3:30 אויפן וועג קיין ניו יארק.

ארום 10:40 האט די פליגער געלאנדעט אינעם טיטער-בארא עירפארט, דער רבי האט צום ערשט געדאווענט מעריב אין לופטפעלד, בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
נאך מעריב איז דער אנוועזנדער ציבור אריבער שלום נעמען, און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️